רוי:סאו פאולא
|
סאַו פּאַולו (פארטוגעזיש: São Paulo) איז א שטאָט אין דרום־מזרח בראזיל, און אויך די גרעסטע שטאָט אינעם דרום האלבקיילעך און די צוועלפטע גרעסטע שטאָט אין דער וועלט. די שטאָט באַדעקט אַ שטח פון 1,523 ק"מ2, און אין 2009 איז איר באפעלקערונג געווען 11,037,593. זי איז די הױפּטשטאָט פונעם סאו פאולו פראווינץ.
די הויפט פוטבאל גרופעס אין סאו פאולא זענען קארינטיאנס, סאו פאולא און פאלמעראס.
סאו פאולו האט די גרעסטע באפעלקערונג פון אידן אין בראזיל.
עקאנאמיע
סאו פאולו ווערט גערעכנט די "פינאנציעלע הויפטשטאט פון בראזיל", ווי די הויפטקווארטיר פון הויפט פירמעס, בענק און פינאנציעלע אנטשטאלטן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!