רוי:בשן

ווערסיע פון 18:12, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן " ב־" אידן ")

בשן איז א ראיאן וואס ווערט דערמאנט אין דער תורה, וואס משה רבינו האט איינגענומען, פון דעם קעניג, עוג מלך הבשן.

די געגנט געפונט זיך צפון טייל, פון אנדערע זייט ירדן טייך, וואס איז היינט מערסטנס אונטער סיריע, און א טייל איז אין ישראל.

ביים צעטיילן די שבטים, האט מנשה באקומען העלפט פון זייער טייל אין בשן געגנט. אין יאר 732 איידער די ציווילע רעכענונג, האט תגלת פלאסר קעניג פון אשור, איינגענומען די געגנט, און פארטריבן די יידן. די פעלקער אין די ראיאן האבן זיך גענומען באזעצן אין די בשן, און ווען די סעלוקן זענען אנגעקומען האבן זיי עס איינגענומען, און אסאך יוונים האבן זיך דארט באזעצט. יהודה המכבי, און זיין ברודער שמעון התרסי, האבן אין א ספעציעלער אקציע, געקומען צום בשן, און גענומען אלע אידן פון דארט, און זיי געפירט אין ארץ יהודה.

דער רוימישער גענעראל פאמפאיאס, האט איבערגעגעבן קאנטראל איבער דעם בשן פאר סיריע, אבער קעניג אגוסטוס, האט צוריק געגעבן דעם בשן פאר די יידן, אין הורדוסנס צייטן.

ביז אין די שפעטע יארן פון דעם מיטל אלטער, זענען געווען יידישע קהילות אין די בשן.

ווארשיינליך זענען די גרענעצן פון בשן ווי פאלגנד, פון דרום איז גלעד, ביי דעם ירמוך טייך. פון צפון די חרמון בערג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!