רוי:אלוועלטליכע דעקלעראציע פון מענטשרעכט
די אלוועלטלעכע דעקלאראציע פון מענטשרעכט איז א דעקלאראציע פון די פאראייניגטע פעלקער אלגעמיינע פארזאמלונג וואס רעדט וועגן גרונטלעכע מענטשן רעכט -- רעכט וואס אלע מענטשן האבן ווייל זיי זענען מענטשיש. זי איז געווארן אנגענומען דורך דער פאראייניגטע פעלקער אלגעמיינע פארזאמלונג דעם 10טן דעצעמבער, 1948.
די דעקלאראציע איז פארטייטשט אויף מער ווי 300 שפראכן.
וויכטיגע באגריפן
די דעקלאראציע אנטהאלט 30 ארקטילען. די הויפט נקודות זענען:
- יעדער האט א רעכט צו לעבן, פרייהייט, און זיכערקייט.
- יעדער האט א רעכט צו בילדונג.
- יעדער האט א רעכט צו באקומען א שטעלע.
- יעדער האט א רעכט צו באטייליקן אין קולטור--אויסקלויבן א דרך אין לעבן.
- קיינער טאר נישט ווערן געפייניקט, אדער באהאנדלט אין א גרויזאמען אדער הארבן אופן.
- יעדער האט א רעכט צו זיין מיינונג, , צו באשליסן וואס איז רעכט און וואס איז אומרעכט, און צו קלויבן א רעליגיע.
- יעדער האט א רעכט צו רעדן אדער שרייבן פריי און נישט געצאמט.
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!