רוי:רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן

ווערסיע פון 03:10, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי")

רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן זצ"ל (כ"ט טבת ה'תרי"ח - ט"ו אלול ה'ת"ש), פון אדזשאד און גאלאץ.

אפשטאם

רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן ערב ראש חודש שבט ה'תרי"ח [1], צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו.

רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי אברהם יהושע העשיל געבליבן וואוינען אין שטעפינעשט ביי זיין שוואגער, שפעטער האט ער זיך צוריק געצויגן קיין באהוש נעבען פאטער. נאך זיין פאטער'ס פטירה - י' אלול ה'תרנ"ו - האט ער זיך באזעצט אין אדזשאד און ער האט דארט אויפגעשטעלט זיין הויף, ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפען קיין גאלאץ, און איז דארט פארבליבען.

רבי אברהם יהושע העשיל איז געווען באוואוסט אלס העכערער מענטש, הונדערטער מענטשן זענען געהאלפן געווארן פון זיינע ברכות. זיין קידוש פרייטיג-צונאכטס איז געווען גאר דערהויבן, פון גרויס קאכעניש איז כמעט נישט געבליבן קיין וויין אין בעכער, נאך קידוש האט מען געמוזט צוגיסן ס'זאל זיין וואס צו טרינקען.

רבי אברהם יהושע העשיל איז געווען א לעבעדיגער מוסר ספר אין פארנעמן פּיין מיט ליבשאפט (יסורים באהבה), א ייד וואס האט זיך קיינמאל נישט באקלאגט, כאטש ער איז געזעצן אכטצן מאל שבעה רח"ל אין זיין לעבען.

הסתלקות

רבי אברהם יהושע העשיל איז נפטר געווארן ט"ו אלול ה'ת"ש, און ליגט אין גאלאץ.

פאמיליע

רבי אברהם יהושע העשיל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת בת-שבע (ד' מנחם אב ה'תרי"ט - ערב ראש חודש ניסן ה'תרמ"ז), א טאכטער פון הרב מנחם נחום פרידמאן, פון שטעפינעשט. זייערע קינדער:

  • ר אהרן מתתיהו פרידמאן (ה'תרנ"ב [2] - ה'תרע"ז), פון טשערנאוויץ. ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן. זי איז אומגעקומען צוזאמען מיט איר טאכטער שיינא רחל אויף קידוש השם הי"ד. ער איז געווען א טוהער פאר די קאמאניסטן און פאר די ציוניסטין, א שרייבער פון פארשידענע שפראכן, נאך וואס ער איז אוועק האט זיין פאמיליע פארברענט זיינע מאניאסקריפטן.

בזיווג שני האט רבי אברהם יהושע העשיל געהייראט מרת פעריל א טאכטער פון הרב זלמן הורינשטיין, אן אייניקל פון סמיכת חכמים. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק פרידמאן, פון פאריז.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (3)
  1. נר ישראל בערכו, א.ל.ג. ה'תרכ"א
  2. נר ישראל איז מסופק אין דעם דאטום אין פון וועלכען זיווג ער איז

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!