רוי:זשיראנע
|
זשיראנע (קאטאלאניש: Girona; שפאניש: Gerona, כעראנע) איז א שטאט אין דער אויטאנאמישער געמיינדע קאטאלאניע אין שפאניע, און די הויפשטאט פונעם זשיראנער ראיאן.
די שטאט געפינט זיך ביי דעם צוזאמענפלוס פון די טער, אניאר, גועל און גאליגאנטס טייכן. די באפעלקערונג פון דער שטאט איז 95,000 מענטשן (2010).
היסטאריע
די זידלונג האט אנגעהויבן נאך פריער פון דער צייט פון די רוימען.
די רוימען זענען אנגעקומען אין דעם געגנט אין 218 פאר דער ציווילער ציילונג און האבן אויפגעשטעלט א פעסטונג אינעם ארט, וואס זיי האבן גערופן גערונדע (Gerunda). דרך
אין אנהייב פונעם אכטן יארהונדערט האבן די מוסולמענער איינגענומען די שטאט. זיבעציג יאר שפעטער האט קארל דער גרויסער איינגענומען די שטאט.
יידן אין זשיראנע
פונעם סוף פונעם 9טן יארהונדערט ביז מען האט פארטריבן די יידן פון שפאניע אין 1492 האט זשיראנע געהאט א יידישע קהילה. די יידן האבן געוואוינט אינעם יידישן פערטל "על קאַל"- “El Call”.
איינער פון די חשובער חכמים פון זשיראנע איז געווען דער רמב"ן, וואס איז געווען הויפט רב פון זשיראנע און גאנץ קאטאלאניע.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: זשיראנע |
- אפיציעלער וועבארט (קאטאלאניש)
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!