רוי:רבי עזריאל חיים גאלדפיין

ווערסיע פון 01:03, 6 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע" ב־"[[פאראייניגטע שטאטן")

הרב עזריאל חיים גאלדפיין (ט' כסלו ה'תרצ"וי"ד כסלו ה'תשס"ח) איז געווען דער ראש ישיבה פון דער ישיבה גדולה אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע.

עזריאל חיים גאלדפיין איז געבוירן אין מינעסאטע,[1] פאראייניגטע שטאטן, אין יאר תרצ"ו צו זיין פאטער ברוך גאלדפיין. הרב גאלדפיין האט געלערנט אין דער טעלזשער ישיבה אין קליוולאנד, און ער איז געווען א תלמיד מובהק פונעם טעלזשער ראש ישיבה, הרב מרדכי גיפטער.

ער איז געקומען קיין דרום אפריקע אין יאר תשל"ג צו ווערן א מגיד שיעור אין ישיבת בית יצחק, א גרויסע תלמוד תורה אין יאהאנעסבורג. שפעטער האט ער אויפגעשטעלט די ישיבה גדולה אין יאהאנעסבורג, וואו ער איז געבליבן אלס ראש ישיבה עד סוף ימיו.

דער היינטיגער הויפט רב פון דרום אפריקע, הרב גאלדשטיין, איז רב גאלדפיין'ס א מוסמך.

ער איז נפטר אין דער עלטער פון 72 ש"ק י"ד כסלו תשס"ח נאך אן אפעראציע אויף זיין הארץ. ער האט איבערגלאזט זיין ווייב מיט 9 קינדער. זיינע זין הר"ר אברהם און הר"ר דוד האבן איבערגענומען אלס ראשי ישיבות.

דרויסנדיקע פארבינדונגען

הספדים

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!