רוי:קארל פאן לינע
קאַרל פאָן לינע (Carl von Linné, Carolus Linnaeus; 23סטן מיי[1] 1707 – 10טן יאנואר 1778) אַ שװעדישער באטאניקער און זאאָלאָג, איז געװען דער פאָטער פון דער מאָדערנער טאַקסאָנאָמיִע (די װיסנשאַפט װאָס טײַלט אײַן די אָרגאַניזמען אין קלאַסן).
לינע האָט דערפונען די בינאָמינאַלישע נאָמענקלאַטור, װאָס געבט יעדן זגאַל נאָר אִײן װיסנשאַפטלעכן נאָמען װאָס באַשטײט פון צװײ ווערטער: גענערישער נאָמען און ספּעציפישער נאָמען. דער גענערישער נאָמען איז דער נאָמען פון אַ מין (ענגליש: genus), װי צום בײַשפּיל דער קאַװע בױם: Coffea. עס זײַנען אָבער פאַרשײדענע זגאַלן פון קאַװע-בײמער, און זײ אונטערשײדן זיך מיטן ספּעציפישן נאָמען, צום בײַשפּיל די צװײ זגאַלן: Coffea arabica, Coffea robusta.
אום אויגוסט 1727 איז לינע געגאנגען קיין לונד, וואו ער האט שטודירט אינעם ארטיקן אוניווערסיטעט.
ער איז צוריקגעקומען אין שוועדן אין 1738, און איז געווארן פראפעסאר פון באטאניק אין אופסאלא.
רעפערענצן
- ↑ 13טן מאי אויפן שוועדישן קאלענדאר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!