רוי:דאמפמאטאר

ווערסיע פון 20:42, 5 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{טעכ-שטומף}}" ב־"{{שטומף|טעכנאלאגיע}}")

א דאַמפמאטאר איז א מאטאר וואס ניצט פארע פון קאכעדיגן וואסער צו ארבעטן. די ענערגיע אין דער הייסער פארע ווערט פארוואנדלט אין באוועגונג, וואס קען אפערירן מאשינען אין א פאבריק, אדער א באן אדער א שיף.

זשיימס וואט האט אנטוויקלט דעם דאמפמאטאר אין די 1770ער יארן, וואס האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע דורך איבערנעמען די ארבעט פון פערד, ווינטמילן און וואסערמילן.

כאטש דער דאמפמאטאר ווערט ווייניג געניצט היינט, אבער ער איז געווען דער פארויסגייער פון די אלע היינטיקע מאטארן.

די הויפט טיילן פון א דאמפמאטאר זענען דער צילינדער און דער פיסטאן. דער דרוק פון דער פארע הייבט אויף דעם פיסטאן אין דעם צילינדער, און די באוועגונג פונעם פיסטאן קען מען אויסניצן אין פארשיידענע וועגן.

די ערשטע דאמפמאטארן האט מען געניצט אויסצוגראבן קוילן פון דער ערד און צו אפערירן פלומפן.

וועבלינקען

  דער ארטיקל בנוגע טעכנאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!