רוי:זשורנאליזם

ווערסיע פון 20:10, 5 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " מיי " ב־" מאי ")

זשורנאליזם איז דאס פארנעמונג מיט'ן פארזאמלען, אנאליזירן, פעסטשטעלן, און באריכטן די געשעענישן פון איבער דער גארער וועלט, און פארשפרייטן די באריכטן. די וועלכע פראקטיצירן זשורנאליזם רופט מען זשורנאליסטן. זשורנאליסטישע מעדיע שליסן איין דרוק, טעלעוויזיע, ראדיא און אינטערנעץ.

די ראלע פון זשורנאליזם ענדערט זיך צווישן די לענדער. אין טייל פעלקער ווערט די נייעס מעדיע שטרענג קאנטראלירט פון דער רעגירונג, און די זשורנאליסטן זענען נישט אומאפהענגיק.[1] אין אנדער מדינות זענען די נייעס מעדיע אומאפהענגיק פון דער רעגירונג אבער קענען ווערן אונטערטעניק צו אנדערע מאטיוון ווי למשל געלט און פאליטיק. מיט צוטריט צו פרייער אינפארמאציע געזאמעלט דורך אומאפהענגיקע און קאנקורינדיקע זשורנאליסטן קענען בירגער זיין מער עפעקטיוו מיטטיילן אין דער פאליטיק פראצעס.

אין די פאראייניגטע שטאטן ווערט זשורנאליזם געשיצט דורכן פרעס־פרייהייט פאראגראף אין דעם ערשטן אמענדמענט.


מעדיע

דרוק

אגענצן

אינטערנעץ

זעט אויך

רעפערענצן

  1. "10 Most Censored Countries," Committee to Protect Journalists,‏ 2טן מאי 2012, בלאט דערגרייכט 23סטן מאי 2013.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!