רוי:אסיפ מאנדעלשטאם

ווערסיע פון 02:40, 9 סעפטעמבער 2018 דורך YI>Awarewolf (שטאַם in ט ‎‎ Forgot the)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

אסיפ מאנדלשטאם, 1914

אָסיפּ עמיליעוויטש מאַנדעלשטאַם‎‎ (רוסיש: Осип Эмильевич Мандельштам; ‏1891 – 27סטן דעצעמבער 1938), באקאנט אויף יידיש ווי יוסף מאנדלשטאם, איז געווען איינער פון די גרעסטע רוסישע דיכטער פונעם 20טן יאָרהונדערט, אַ ייִד לויט דער אָפּשטאַמונג.

ער איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע (דעמאלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע) אין אַ רײַכער אויפגעקלערטער ייִדישער משפּחה, וועלכע האָט געהאַט אַ וווינרעכט אויסער די גרענעצן פון תחום-המושב. אין 1897 האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין פּעטערבורג, וווּ דער קומענדיקער דיכטער האָט פאַרענדיקט אַ רוסישע מיטלשול. אין 1908 – 1910 האָט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם זיך געלערנט אין סאָרבאָן און אינעם היידעלבערגער אוניווערסיטעט. אין 1911 האָט ער זיך געשמדט כדי האָבן אַ מעגלעכקייט זיך לערנען אינעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט. טראָץ דעם, האָט ער אָפּגעהיט אַן אינטערעס צו דער יידישער טעמאַטיק. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין 1910. באַנאַנד מיט אָריגינעלער פּאָעטישער שאַפונג האָט מאַנדעלשטאַם זיך פארנומען אויך מיט איבערזעצונגען און מיט טעאָריע פון ליטעראַטור.

אין נאָוועמבער 1933 האָט דער דיכטער אָנגעשריבן אַן אַנטי-סטאַליניסטישע עפּיגראַם און זי פאָרגעלייענט פאַר אַ קליינעם עולם. באָריס פּאַסטערנאַק האָט עס אָנגערופן "זעלבסטמאָרד". אין מײַ 1934 איז אָסיפּ מאַנדעלשטאַם אַרעסטירט און פאַרשיקט געוואָרן. אין מײַ 1937 האָט מען אים דערלויבט זיך באַזעצן אין מאָסקווע. אין מײַ 1938 איז אָסיפּ אַנדעלשטאַם אַרעסטירט געוואָרן צום צווייטן מאָל. מע האָט אים פאַרשיקט אין אַ לאַגער אויפן ווײַטן מזרח. אין דעצעמבער פון דעם זעלבן יאָר איז ער געשטאָרבן פון טיפוס אין לאַגער ניט ווײַט פון וולאַדיוואָסטאָק.

יידישע איבערזעצונגען פון אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס לידער האָבן זיך באַוויזן נאָר אין נאָך-סאָוועטישן פּעריִאָד. אין 1993 איז אין מאָסקווע דערשינען דאָס בוך "מײַן קליינע אַנטאָלאָגיע פון דער רוסישער דיכטונג אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט". אין אים זײַנען אַרײַן איבערזעצונגען געמאַכטע דורך אהרן ווערגעליס, בתוכם 5 אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס לידער. דעם גרעסטן בײַטראָג אינעם איבערזעצן אין ייִדיש ווערק פון מאַנדעלשטאַמען האָט געמאַכט משה יואל מאַטווייעוו. ער האָט פאַרעפנטלעכט זיי אינעם אַמעריקאַנער וועב-זשורנאַל "דער באַוועבטער ייִד", ווי אויך אינעם פּעטערבורגער זשורנאַל "דער נײַער פרײַנד". באַזונדערע לידער פון מאַנדעלשטאַמען זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן דורך מרדכי ליטווין און וועלוול טשערנין.


וועבלינקען