רוי:חולון

ווערסיע פון 22:33, 30 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "מוזיי" ב־"מוזעאום")
חולון
Flag of Holon Version3.svg Coat of arms of Holon.svg
PikiWiki Israel 6312 Children Park in Holon.JPG
קינדער פארק אין חולון
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1933
ראַיאָן תל אביב דיסטריקט
בירגערמייסטער מאָטי ששון
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 18.927 קוואדראט ק"מ
הייך 20 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

185,700‏  (שטייענדיג 2010)
9,811 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2
קינדער מוזעאום
וואָלפסאָן מעדיצינישער צענטער
חולון מאָל

חולון איז א שטאט אין ישראל צוזאם געשטעלט פון עטליכע געגנטן, געגרינדעט אין די 1920ער און 1930ער יארן, און פאראייניגט געווארן אלס א לאקאלע ראט מיטן נאמען חולון.

די שטאט געפונט זיך אין תל אביב דיסטריקט, ישראל, און איז איינע פון די גרויסע שטעט אין גוש דן. די שטאט איז פלאצירט דרום פון אזור, דרום־מזרח פון תל אביב, מזרח פון בת ים, צפון פון ראשון לציון און מערב פון שאסיי 4. די שטאט באדעקט א שטח פון 18,927 דונאם, און די באפעלקערונג אין שטאט איז 172,400 איינוווינער. אין 1950 איז די חולון דערקלערט געווארן אלס שטאט דורך ישראל. די שטאָט איז אַ מיטגליד פון פארום 15.


טראנספארטאציע

נתיבי איילון פארט אריבער צו מערב זייט פון שטאט, צווישן בת ים און דער שטאט. שאסיי 4 פארט אויף מזרח זייט פון שטאט. אזוי אויך שאסיי 44 לויפט צפון פון שטאט.

באן

די באן ליניע פון תל אביב קיין ראשון לציון וואס מען האט געעפנט אין 2011, פאלגט די ליניע פון דעם נתיבי איילון שאסיי, צווישן חולון און בת-ים. די ליניע האט פיר סטאנציעס אין חולון: חולון קנופ, חולון וואלפסאן, בת־ים יוספטל און בת־ים קוממיות.


האנדל און אינדוסטריע

די הויפּט גאסן פון חולון (למשל סאָקאָלאָוו) האבן א סאך געשעפטן וואס דינען די איינוואוינער פון דער שטאָט.

דער חולון איינקויף צענטער וואָס האט געעפנט אין 1998, באדינט אַלע באוואוינער פון דער געגנט, אויך עס זענען אסאך האנדל צענטערן ווי - נאות רחל צענטער (אין נאות רחל), סאַדאַוו צענטער און דר-גת צענטער (אין קריית בן-גוריון), קריית שרת צענטער (אין קריית שרת) און נאך.

פילע באוואוינער פון חולון, אזוי ווי באוואוינער פון אנדערע שטעט לעבן תל אביב, געפינען זייער פרנסה אין תל אביב.

הויפט־רבנים

וועבלינק

מוסטער:שטעט אין ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!