רוי:ביזאנטישע אימפעריע

ווערסיע פון 22:31, 30 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "מוזיי" ב־"מוזעאום")

די ביזאנטישע אימפעריע אדער מזרח רוימישע אימפעריע איז געווען דער המשך פון דער רוימישער אימפעריע אין דעם מיטל אלטער, מיט איר הויפטשטאט אין קושטא (היינא סטאמבול), און געהערשט דורך די ביזאנטישע קייסארים. די אימפעריע האט אויפגעהיטן רוימישע לעגאלע טראדיציעס, אבער א דאנק איר העלעניזאציע (ספעציעל אין די שפעטערע תקופות),[1] איז זי געווארן באקאנט צו טייל פון אירע בני-דור ווי די אימפעריע פון די גריכן.[2] אין דער איסלאמישער וועלט איז די אימפעריע געווען באוואוסט מיטן נאמען אַראַביש: روم (רום "רוים").[3] דער נאמען "ביזאנטישע אימפעריע" שטאמט פון נאך די טעג פון דער אימפעריע; די היסטאריקער אין די 16טער19טער יארהונדערטער האבן פאפולעריזירט דעם נאמען.

די עוואלוציע פון דער מזרח־רוימישער אימפעריע פון דער אוראלטער רוימישער אימפעריע ווערט אפט גערעכנט פון ווען דער קייסער קאנסטאנטין דער גרויסער אריבערגעפירט די הויפטשטאט פון ניקאמעדיע (אין אנאטאליע) צו ביזאנטיאן אויפן באספארוס, וואס איז געווארן קאנסטאנינאפל (אדער "ניי רוים"). ביזן 7טן יארהונדערט האט די אימפעריע אנגענומען א געוויסן כאראקטער און אונטער דעם קייסער העראקליוס האט מען רעפארמירט די ביזאנטישע ארמיי און מען האט אנערקענט גריכיש ווי די אמטשפראך.

במשך א טויזנט יאר איז די אימפעריע געבליבן איינער פון די מעכטיקסטע עקאנאמישע, קולטורעלע און מיליטערישע כוחות אין אייראפע, טראץ טעריטארישע פארלוסטן ווערנט די רוימישע-פערזישע אין די ביזאנטישע-אראבישע מלחמות. נאכן 12טן יארהונדערט, האט די אימפעריע געגליטשט אין א לאנגער אפשוואכונג, מיט די ביזאנטישע-אטאמאנישע מלחמות וואס האבן קולמינירט מיט דער איינפאלונג פון קושטא און די איבעריגע טעריטאריעס צו די מוסולמענישע אטאמאנישע טערקן אין דעם 15טן יארהונדערט.

נאמען

די נעמען "ביזאַנטישע אימפעריע" און "מזרח רוימישע אימפעריע" זענען נעמען וואס היסטאריקער האבן געגעבן צו דער אימפעריע נאך אירע צייטן. די בירגער פון דער אימפעריע פלעגן רופן זייער אימפעריע ווי די "רוימישע אימפעריע". (גריכיש: Βασιλεία τῶν Ῥωμαίων, באַסילעיאַ טאן רהאמאַיאן; לאטייניש: Imperium Romanum),[4] אדער ראמאַניאַ (Ῥωμανία), און זיך אליין האבן זיי גערופן "רוימער".[5][6][7][8][9]

היסטאריע

אנהייב פון דער אימפעריע (יארן 330–476)

אין יאר 324, האט דער רוימישער קייסער קאנסטאנטין דער גרויסער אריבערגעפירט די הויפטשטאט פון דער רוימישער אימפעריע צו דער שטאָט ביזאַנטיאן, וואס ער האט געגעבן דעם נאמען קאנסטאנטינאפאליס (גריכישΚωνσταντινούπολιςלאטיינישConstantinopolis "קאנסטאנטינ'ס שטאָט"). 150 יאר נאכהער, ווען די שטאט רוים איז ביסלעכווייז איבערגענומען געווארן איז די איינציגע איבערגעבלינע הויפטשטאט פון דער אימפעריע געווען קושטא (קאנסטאנטינאפאליס). די איבעריגע מזרח אימפעריע האט געהערשט איבער א קלענערע טעריטאריע ווי די אריגינעלע רוימישע אימפעריע.

במשך דער ממשלה פון יוסטיניאן דער ערשטער (צווישן די יארן 527 און 565), האט די אימפעריע פארשפרייט צו איר גרעסטער מאָס נאך ווידעראמאל אייננעמען א גרויסן טייל פונעם מערב בארטן פונעם מיטלענדישן ים, וואס איז פריער געווען אונטער רוימישער הערשאפט, איינשליסנדיק צפון אפריקע, איטאליע, און אויך רוים, וואס זי האט געהאלטן נאך צוויי יארהונדערטער.

קייסערשאפט פון יוסטיניאן

אין יאר 518, נאכן טויט פון מארקיאנוס, האט מען באשטימט קייסער יוסטין דער ערשטער, א פשוטער זעלנער וואס איז געשטיגן אין ראנג ביז מען האט אים באשטימט קאמענדאנט פון דער מיליטער אין קושטא. כאטש יוסטין האט געוואוסט גארנישט וועגן פאליטיק, און אפילו לייענען און שרייבן האט ער נישט געקענט, און ביי זיין באקרוינונג איז ער געווען אלט זיבעציג יאר, דאך האט ער געפירט די אימפעריע מיט מער ווי דערפאלג מיט דער הילף פון אן ארמיי פון געטרייע ראטגעבער. איינער פון די פריערדערמאנטע ראטגעבער איז געווען זיין נעפע, פלאוויוס פעטרוס סאבאטיוס יוסטיניאנוס אויגוסטוס, בעסער באקאנט ווי יוסטיניאן דער ערשטער, וואס טייל טענה'ען אז ווירקלעך האט ער אליין געפירט די אימפעריע ביי יוסטינ'ס הערשאפט. יוסטיניאן איז אפיציעל געווארן קייסער מיט יוסטינ'ס טויט אין 527,

יוסטיניאן האט געבויט דעם פראכטפולן קלויסטער (שפעטער געווארן א מעטשעט און היינט א מוזעאום) האגיא סאפיא אין קושטא, און ער האט איניציאירט פאראייניגן דעם גאנצן רוימישן געזעץ אין איין בוך, דאס "ציווילע געזעץ־בוך" (Corpus Iuris Civilis). אין זיינע טעג האבן אויסגעבליט די ביזאנטישע קונסט און ארכיטעקטור דורכאויס דער גארער אימפעריע.


מלחמות אין דער אימפעריע (476-717)

די ביזאנטישע אימפעריע האט פרובירט צוריקצונעמן רוים און איטאליע פון די גערמאנישע שבטים. צווישן די יארן 530–555, האבן די ביזאנטן געזיגט אין א סך קאמפן און האבן ווידערגענומען די שטאט רוים. דאס האט זיך נישט לאנג אויסגעהאלטן. מערע גערמאנען זענען געקומען און ענדלעך זענען רוים און איטאליע געווארן פארלוירן צו זיי. נאכהער זענען אוואר (א טערקיש פאלק) און סלאווישע פעלקער געקומען צום שטח וואס איז היינט בולגאריע און גריכנלאנד. נאך די 560ער יארן האבן זיי איינגענומען א גרויסן טייל פון די באלקאן לענדער.

עקאנאמיע

די ביזאנטישע עקאנאמיע איז געווען פון די שטערקסטע עקאנאמיעס אין דעם געגנט פונעם מיטלענדישן ים דורכאויס עטלעכע יארהונדערטער. קושטא איז געווען א הויפט קנופ אין א האנדל־נעצווערק וואס האט פארשפרייט איבער אייראפע, אזיע און צפון אפריקע. טייל היסטאריקער האלטן אז ביז די אראבער זענען געקומען אינעם 7טן יארהונדערט איז די ביזאנטישע עקאנאמיע געווען די גרעסטע אין דער וועלט. אבער די אראבישע נצחונות האבן געפועלט אן אומקער אין דעם מזל פון דער אימפעריע וואס האט אנגעהויבן צו גיין אראפ. אינעם 8טן יארהונדערט האט דער קייסער קאנסטאנטין דער פינפטער, וואס האט געהערשט פון 741 ביז 775, אייגעפירט רעפארעמס וואס האט געשאפן א ווידעראויפקום, וואס האט זיך געהאלטן ביז 1204. אבער ווען ס'האט אנגעהויבן דער פערטער קרייצצוג איז די עקאנאמיע אינגאנצן איינגעזונקען.

קולטור

די ביזאנטישע קולטור שטאמט פון דריי קאמפאנענטן: די ארמיי מיט דער רעגירונג און דער רוימישער טראדיציע; די גריכישע שפראך און קולטור; און די קריסטלעכע רעליגיע. די דריי קאמפאנענטן זענען געווען די הויפטזיילן אויף וועלכע די ביזאנטישע אימפעריע איז געשטאנען, און האבן ארויסגעזען ספעציעל אין איר קולטור. דורכאויס א לענגערער תקופה פלעגן היסטאריקער זען אין דער ביזאנטישער קולטור אן אראפגאנג פון די אוראלטע קולטורן פון די גריכן און די רוימער, אלס קוק אויף דער מיטל אלטער ווי די "פינסטערע תקופה", א שטאנדפונקט וואס איז היינט מער נישט פארשפרייט.

רעליגיע

די ביזאנטישע אימפעריע איז געווען א קריסטלעכע טעאקראטיע.

יידן זענען געווען א חשובע מינדערהייט אין דער אימפעריע דורכאויס איר היסטאריע. לויטן רוימישן געזעץ זענען די יידן געווען אן אנערקענטע רעליגיעזע גרופע. אין די אנהייב יארן פון דער אימפעריע האט מען נישט געמוטשעט די יידן, אבער שפעטער האט אנגעהויבן א תקופה פון רדיפות קעגן די יידן. נאך די אראבישע נצחונות האבן די מערהייט פון וועלט יידנטום געוואוינט אינדרויסן פון דער אימפעריע. די וואס זענען געבליבן האבן געלעבט מער רוהיג פון דעם 10טן יארהונדערט.

יידן אין דער ביזאנטישער אימפעריע

דורכאויס די אלע יארן פון דער ביזאנטישער הערשאפט האבן געוואוינט אין דער אימפעריע פיל יידן. די קירכע האט געוואלט פעדערן דאס קריסטלעכע גלויבן וואס איז געווען די אפיציעלע רעליגיע פון דער אימפעריע און האט זיך געפירט אומגעדולדיגט צו געצן דינער, קריסטן וואס זענען אראפ פונעם וועג און אויך צו יידן. די באציאונג צו די יידן האט זיך געטוישט פון צייט צו צייט און פון איין ארט צום צווייטן. עס האט זיך געמאכט פאגראמען קעגן די יידן פון צייט צו צייט, געשטיצט פון דער קירכע, אבער טייל פון די קייסארים האבן יא געפרואווט פירן זיך ארדנטלעך כלפי יידן. אין דער תקופה פון יוסטיניאן דער ערשטער האבן די יידן געליטן פון רדיפות און פון גזירות און דיסקרימינאציע וואס ער האט אריינגעשטעלט אין דעם געזעץ.

דערפאר איז נישט קיין גרויסער וואונדער אז, ווען די פערסער האבן איינגענומען ארץ ישראל אין דער תקופה פונעם קייסער פאקאס, האבן די יידן באגריסט די נייע באהערשער וואס זיי האבן לאנג דערווארטעט זיך צו באפרייען פונעם ביזאנטישן יאך. ווי אויך האט מען אויפגעשטעלט יידישע באטאליאנען וואס האבן געהאלפן די פערסער אין זייער קריג. שוין הונדערטער יארן פריער האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "אם ראית סוס פרסי קשור בארץ ישראל - צפה לרגליו של המשיח" (טאמער איר זעט א געבונדענעם פערסישן פערד אין ארץ ישראל – דערווארט די פיס פון משיח). אבער די יידן זענען געווארן שטארק אנטוישט, און ווען די פערסער האבן איינגענומען ירושלים האבן זיי צוריקבאצאלט די יידן מיט פארטרייבן זיי אין גלות אין פערסיע. נאך דעם פאַרראַט האבן די יידן איבערגעבעטן די ביזאנטן און געמאכט שלום מיט זיי, און דער קייסער העראקליוס האט זיי טאקע געגעבן אן אמנעסטיע. אבער נאך האבן זיך ווידער איבערגעדרייט די יוצרות און ווען העראקליוס האט איינגענומען ארץ ישראל פון די פערסער האט ער שוין פארגעסן זיינע צוזאגן צו די יידן און האט אנגעפירט קעגן די יידן שרעקלעכע פאגראמען נאך ערגער ווי די פריערדיקע. די ישועה פאר די יידן איז ערשט געקומען ווען די אראבער זענען געקומען און האבן איינגענומען טיילן פון דער שטח פון דער ביזאנטישער אימפעריע אין סיריע, ארץ ישראל און עגיפטן, וואו די קריסטן האבן שטארק גערודפ'ט די יידן.

אין דער תקופה פון דער "סירישער דינאסטיע" האט דער קייסער לעא דער דריטער, גרינדער פון דער דינאסטיע, וואס האט געהערשט פון 717 ביז 741, ארויפגלייגט אויף יידן נאך גזירות. אבער די שפעטערע קייסארים פון דער דינאסטיע זענען נישט געווען שטארק קעגן די יידן. ווייטער אין דער תקופה פון דער אַמארישער דינאסטיע, געגרינדעט פונעם קייסער מיכאל דער צווייטער, האט מען באפרייט די יידן פון שטייערן און זיי האבן באקומען דעם סטאטוס פון פרייע מענטשן. ווען באסיליוס דער ערשטער איז ארויף אויפן טראן האבן ווידעראמאל אנגעהויבן די רדיפות קעגן די יידן.

ווען די קרייצצוגן זענען אנגעהויבן אין די יארן פון דער הערשאפט פון אלעקסיוס קאמנענאס האט זיך א ביסל אנגעווארעמט די באציאונגען מיט די יידן, אזוי ווי די ביזאנטן האבן געהאסן די קרייצפארער. אין יענע טעג איז פארגעקומען אין ביזאנטיום א משיחיסטע באוועגונג וואס איז אויפגענומען מיט א ברען, אבער דאס האט זיך אויסגעלאשן ווען די קרייצפארער האבן אויסגעפירט א שחיטה פון די יידן פון דער שטאט אין יאר 1099. ביי דער לאטיינישער אימפעריע האבן די יידן ווייטער געליטן צרות. דאס האט געדויערט ביז די גריכן האבן איבערגענומען די הערשאפט פון דער אימפעריע, און פון דעמאלסט ביזן סוף פון דער אימפעריע האבן יידן געלעבט א מער געלאסענעם לעבן.


רעפערענצן

  1. Ahrweiler & Laiou (1998), 3
    * Davies (1996), 245
    * Moravcsik (1970), 11–12
    * Lapidge (1998), 79
    * Winnifrith–Murray (1983), 113
    * Gross (1999), 45
  2. "Imperium Graecorum," "Graecia," "Yunastan," etc. Other, more neutral Western designations were "the empire of Constantinople" (imperium Constantinopolitanum) and "the empire of Romania" (imperium Romaniae).
  3. Tarasov (2004), 121
  4. Kazhdan & Epstein 1985, p. 1.
  5. Millar 2006, pp. 2, 15.
  6. James 2010, p. 5.
  7. Freeman 1999, pp. 431, 435–437, 459-462.
  8. Baynes & Moss 1948, p. xx.
  9. Ostrogorsky 1969, p. 27.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!