רוי:מוזעאום פון לאנדאן
דער מוזעאום פון לאָנדאָן (ענגליש: Museum of London) דאקומענטירט די געשיכטע פון לאָנדאָן פון דער פארהיסטארישער תקופה ביז צום היינטיקן טאג. דער מוזיי געפינט זיך אין צענטער פון דער סיטי פון לאָנדאָן, נאָענט צו סט פאלס קאַטעדראַל.
אויפשטעל
דער מוזיי, וואָס האט זיך געעפנט אין די 70ער יארן געפינט זיך אין אַ בנין וואָס מ'האט געבויט ווי א טייל פון דער רעסטאראציע פראיעקט פון דער סיטי, און איז איינער פון די געביידעס אין דעם באַרביקאַן קאָמפּלעקס. דער מוזעאום גאָרטן איז כּולל טיילן פון דעם לאנדאנער מויער.
וועבלינקען
- אפיציעלע וועבזייַטל פון דעם מוזעאום פון לאָנדאָן
- דאס UntoldLondon וועבזייטל געפירט דורך דעם מוזעאום