רוי:אמעריקאנער חורבן אייראפע מוזעאום

ווערסיע פון 22:00, 30 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "מוזיי " ב־"מוזעאום ")

 

דער אמעריקאנער חורבן אייראפע מוזיי (USHMM) איז אוועק געשטעלט צו באהאנדלען די טעמע פון דעם חורבן אייראפע, און אלע ארומיגע צוגעהערן.

ווי עס הייסט היינט איז דאס דער מערסטער פארגעשריטענער מוזעאום איבער דער טעמע, ער שטייגט אפילו איבער יד ושם לויט רוב פארשער און אנאליסטן.

איינס פון די זאכן מיט וואס זיי שטייגן זייער ארויס איבער אנדערע איז, אז איבער יעדער טעמע איז דא א באצאלטער איינגעשטעלטער וואס קען זיך אויס מיט דעם אזוי ווי מיט זיין האנט פלאך, און מען קען איהם פרעגן אויפן פלאץ, און/אדער אריינגעבן א ביטע פאר א פון פאראויס באשטימטן אוידיענץ און עס ווערט צוגעגרייט דעם גאנצן חומר וואס איר ווילט אזוי אז איר זאלט נישט דארפן ארום לויפן און פארברענגען די צייט מיט זוכענישן, נאר איר קענט גלייך אויספארשן דעם ענין וואס איר ווילט.

צ.ב.ש. דער מומחה איבער דעם אונגארישן אידנטוהם איז איינער מיטן נאמען פרענק קאטינא, און אזוי איז דא אויף יעדער טעמע באזונדער, וואס דאס ציט גרויס אינטערעסע ביי פארשערס און מענטשן וואס זוכן נאך איבער זייער פריוואטע משפחה וכדו'.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!