רוי:סיגוט

ווערסיע פון 10:00, 30 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{וויקידאטן|פאן בילד}}" ב־"")
סיגוט
Sighetu Marmaţiei
[[טעקע:{{{2}}}|90px]]
Sighet synagogue.JPG
א שול אין סיגעט
מדינה / טעריטאָריע Flag of Romania.svg רומעניע
קאָאָרדינאַטן 47°55′43″N 23°53′33″E / 47.92861°N 23.89250°E / 47.92861; 23.89250 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

 ‑ אין שטאָט

{{{2}}}‏

סיגעט (רומעניש: Sighetu Marmaţiei, אוקראיניש: Сигіт, אונגאַריש: Máramarossziget) איז א שטאט אין מארמאראש, צפון זיבנבערגן, היינט אין מאראמאראשער קאנט. (דאס ווארט סיגעט Sziget איז טײַטש אינזל אויף אונגאריש.) זי איז געווען אונטער דער הערשאפט פון עסטרייך־אונגארן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה. נאכהער איז זי אריבער צו רומעניע, און אין יאר 1940 איז זי אריבערגעפירט צו אונגארן. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי צוריק צו רומענישער הערשאפט.

געאגראפיע

סיגעט איז נישט ווײַט פון ספינקא.


דעמאגראפיע

די שטאט האט 44,185 אײַנוואוינער.[1]

לויטן 1910 צענזוס, האט די שטאט געהאַט 21,370 אײַנוואוינער; זיי זענען געווען 17,542 (82.1%) אונגאריש רעדער, 2,002 (9.4%) רומעניש, 1,257 (5.9%) דייטשיש, און 32 אוקרייניש רעדער. די צאל יידן איז געווען 7981 (37%); זיי זענען גערעכנט צווישן די אונגאריש און דייטשיש רעדערס. [2]

יידן אין סיגעט

כאטש יידן זענען שוין געווען אין דעם זיבנבערגן פראווינץ זײַט דעם יאר 1571 , האבן יידישע משפחות נישט געקומען קיין סיגעט ביזן 18טן יארהונדערט. א צענזוס אין 1728 ציילט נאר 4 יידישע משפחות אין דער שטאט. נאר אין יאר 1740 זענען געווען גענוג משפחות אין דער שטאט צו האבן א מניין קבוע. אין 1787 איז די באַפעלקערונג געווען 3,495 , צווישן זיי 142 יידן.

אין יאר 1772, ווען מען האט צעטיילט פוילן, זענען געקומען קיין סיגעט יידן פון גאליציע און אין 1807 האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שול אין דער שטאט. אין 1828 זענען די יידן שוין געווען 11% פון דער באפעלקערונג.

אין צווייטן העלpט פונעם 19טן יארהונדערט איז די צאל יידן געווען 7,981. נאך דעם איז די צאל געשטיגן ביז 10,609 וואס איז 38% אין יאר 1930. לויט דער ענציקלאפעדיע יודייקא, פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, איז די צאל יידן אין סיגעט געווען די העכסטע פון אלע אונגארישע שטעט - 10,144 - 39% רוב פון זיי חרדים.[3]

רבנים פון דער שטאט

  רבנים פון סיגעט

סיגעט איז געווען א גרויסער יידישער צענטער, און חשובע רבנים האבן געדינט דארט אלס אב"ד, מיט אן איינפלוס גאנץ ווײַט פון דער שטאט.

רעפערענצן

  • ספר מארמארוש
  1. 2002 צענזוס דאטן
  2. Atlas and Gazetteer of Historic Hungary 1914, Talma Kiadó ISBN 963-85683-4-8
  3. מקור: וויוויאן קאהן און ספר סיגעט


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!