רוי:געטינגען

ווערסיע פון 08:57, 30 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{וויקידאטן|הערב בילד}}↵" ב־"")
געטינגען
Göttingen
מדינה / טעריטאָריע Flag of Germany.svg דייטשלאנד
שטח 117.27 קוואדראט ק"מ
goettingen.de

|הערב=||בילד=Goettingen Marktplatz Oct06 Antilived.jpg |באשרייבונג=געטינגען מאַרקפלאַץ |קאארדינאטן=51°32′02″N 09°56′08″E / 51.53389°N 9.93556°E / 51.53389; 9.93556 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט |דיסטריקט=געטינגען דיסטריקט |אפטייל נאמען=נידער-זאקסן|אפטייל טיפ=לאַנד |הייך=150|באפעלקערונג=119801|באפעלקערונג יאר=2019 }} געטינגען (דייטש: Göttingen) איז אַן אוניווערסיטעט שטאָט אין נידערזאַקסן, דייטשלאַנד, און די הויפּטשטאָט פון דעם געטינגען דיסטריקט. די באַפעלקערונג פון דער שטאָט איז בערך 117,000 (אום 2013). דורך דער שטאָט פליסט דער טייך ליינע .

געשיכטע

די שטאָט שטאַמט פון אַ קליין דאָרף גערופן גוטינגי. דאָס דאָרף ווערט דערמאנט צוערשט אין אַ דאָקומענט פון יאָר 953. די שטאָט איז געגרינדעט געווארן צווישן די יאָרן 1150 און 1200 צפון-מערב פון דעם דאָרף און האט אנגענומען זיין נאָמען, און דאס דאָרף איז געווארן איינגעשלאסן אין די גרענעצן פון דער שטאָט. אין דעם מיטל אַלטער איז די שטאָט איז געווען איינע פון די האַנזע שטעט און ווי אַ רעזולטאַט איז זי געווארן אַ רייכע שטאָט.

בילדונד

געטינגען איז מערסט באַוואוסט פאַר זיין אוניווערסיטעט, דער אוניווערסיטעט פון געטינגען, וואָס איז געגרינדעט געווארן אין 1737 און איז געווען דער אוניווערסיטעט מיט דער העכסטער צאל באזוכער אין אייראפע.

די דייטשע קאנצלערן אטא פאן ביסמאַרק און גערהאַרד שרעדער האבן געלערנט אין געטינגען. די באַרימטע מאַטעמאַטיקער קאַרל פרידריך גאַוס, בערנהאַרד רימאַן און דויד הילבערט זענען געווען פראפעסארן אין געטינגען.

צווילינג שטעט

געטינגען איז אַ צווילינג שטאָט פון די פאלגנדע שטעט:

זעט אויך

  • געטינגען אוניווערסיטעט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!