רוי:אנטיביאטיק

ווערסיע פון 14:25, 29 אויגוסט 2017 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אנטיביאטיק זענען א גרופע פון ארגאנישע פארבינדונגען וואס הרגענען אדער האלטן אפ די וואוקס פון באקטעריע. דאס איז געווארן אויסגעטראפן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה.

רוב אנטיביאטיקן ווערן פאבריצירט נאטירלעך דורך שוואמען, באקטעריע און אנדערע ארגאניזמען. היינטיקע צייטן טוט מען אויך פאבריצירן סינטעטישע אנטיביאטיקן.

דער מערסטער באוואוסטער אנטיביאטיק איז פעניצילין. דאס איז דער ערשטער אנטיביאטיק צו ווערן אנטפלעקט (אין 1928). דער ערפינדער פון פעניצילין, אלעקסאנדער פלעמינג, האט געווינען דעם נאבעל פריז פאר מעדיצין צוליב דעם דערגרייך.

באניץ

אזוי ווי בדרך כלל זענען אנטיביאטיקן נישט שעדלעך צו בעלי חיים או מענטשן, ווערן זיי ברייט באניצט אין מעדיקאמענטן. די מערסטע מעדיקאמענטן פאבריצירט היינט (2010) זענען אנטיביאטיקן.