רוי:לוגאנא

ווערסיע פון 19:42, 29 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישקייט" ב־"אידישקייט")

לוגאנא (איטאליעניש: Lugano) איז א חשובע שטאט אינעם קאנטאן טיטשינא אין דרום שווייץ וואס ליגט אויף דער אזערע וואס הייסט אויף איר נאמען. זי איז א גרויסער צענטער פאר טוריזם. די איינוואוינער רעדן איטאליעניש. זי איז די ניינטע גרעסטע שטאט אין דער שווייץ לויט באפעלקערונג.

געאגראפיע

די שטאט ליגט דרום פון די אלפן ביים ברעג פון דער לוגאנא אזערע (איטאליעניש: Lago di Lugano אדער Ceresio) דארט וואו דער קאסאראטע טייך פלוסט אריין אין דער אזערע, צווישן לאגא מאגיארע און לאגא די קאמא.

אידישקייט

לוגאנא האט א יידישע קהילה מיט בערך 500 משפחות, צווישן זיי צענדליגע חרדישע משפחות. דער היינטיגער רב פון דער קהילה איז דער אדמו"ר הרב בן-ציון ראבינאוויטש פון ביאלא. דער פריערדיגער רב איז געווען הרב שלמה זלמן פרידמאן פון ראחאוו.


 
פאנאראמא פון לוגאנא

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!