א חופה

חופה און קידושין איז די צערעמאניע אין יידישקייט מיט וואס א מאנצביל און א פרוי ווערן מאן און ווייב, ד"ה געהייראט.

די צערעמאניע האט צוויי פאזעס. די ערשטע איז "קידושין" (אדער אין לשון פון חז"ל "אירוסין") ווען דער מאן גיט די פרוי א ווערטפולן אביעקט (היינטיקע טעג א פינגערל); מיט דעם ווערן זיי טעכניש מאן און פרוי, און זי ווערט אסור צו אלע מענער. די צווייטע פאזע, די חופה, שאפט פון דעם פארפאלק א הויזגעזינד, און פאן דעמאלסט מעגן זיי וואוינען צוזאמען מאן און ווייב.

די פרוי טאר נישט חתונה האבן מיט א צווייטן מאן נאר ווען איר ערשטער מאן אדער איז געשטארבן (דאן הייסט זי אן אלמנה) אדער ווען ער גיט איר א גט (דעמאלסט הייסט זי א "גרושה").

איידער מען האט חתונה איז דער שטייגער אז מען מאכט א "שידוך" צווישן דעם מאן און דער פרוי. מען מאכט א קנין, אדער מיט א "ווארט" אדער מיט "תנאים", וואו די צוויי זייטן זענען זיך מתחייב צוצושטעלן וואס מען דארף אויף דער חתונה.


שידוכים

ביי א שידוך טוט מען מאכן א קנין וואס איז מחייב די ביידע צדדים. דער שטייגער איז אז די עלטערן פון דעם בחור און דאס מיידל רעדן אדורך דעם שידוך איידער די קינדער טרעפן זיך צוזאמען.

ביי דער צערעמאניע פונעם שידוך איז דער מנהג אז די צויי מאמעס (פונעם חתן און דער כלה) צעברעכן אן ערדענעם טעלער.

ס'איז דא א מנהג צו מאכן א סעודה לכבוד דעם שידוך. אנדערע געבן משקה און מזונות מוסטער:יידישקייט-שטומף