המכלול:וואס המכלול איז נישט

ווערסיע פון 03:55, 29 נאוועמבער 2022 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (רעדאגירונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

המכלול איז א אידישע ענציקלאפעדיע, און אזוינס אז עס זענען דא זאכן וואס עס איז אויסדרוקליך נישט. די תוכן אין דער פאלגענדער בלאט דארף צו שטימען מיט די פרינציפן און גיידליינס אין המכלול, אבער אויב טרעפט זיך א סתירה צווישן די צוויי איז דער לעצטער דער מכריע.

פארעם

המכלול איז נישט קיין געדרוקטע ענציקלאפעדיע. דערפאר, איז המכלול נישט באגרעניצט אין גרויסקייט, עס קען ענטהאלטן לינקס, זיך שטענדיג אפדעיטן א.א.וו.. דאס מיינט אויך אז די סטיל און לענג פון שרייבן וואס פאסט פארן דרוק פאסט לאו דוקא פאר המכלול.

אינהאלט

המכלול איז נישט:

  1. א ווערטערבוך, לעקסיקאן, אדער יוחס ברייוו.
  2. א פלאטפארמע פאר רעדעס אדער א פארום פאר דיסקוסיעס
  3. א זאמלונג פון לינקס.
  4. א צייטונג – נישט פאר יעדער אנטוויקלונג אין די נייעס איז דא א פלאץ אין המכלול. איידער מען לויפט אפדעיטן ארטיקלן מיט פרישע ידיעות וואס זענען נארוואס ערשינען, דארף מען ווארטן אביסל און זען צי דער הוספה האט א חשיבות פון א היסטארישע שטאנדפונקט. ווי אויך איז נישטא קיין פלאץ צו דעטאלירן יעדער טויש און אנטוויקלונג און פארשידענע קערפערשאפטן וואו טוישונגען, פון מאנשאפט למשל, איז א רעגלמעסיגע זאך. זעט אויך המכלול:אקטאליה.
  5. אן אומזוסטער וויקי פלאטפארמע – אויב איר זענט אינטרעסירט צו ניצן די וויקי טעכנאלאגיע, אדער די מידיע-וויקי פראגראם פאר סיי וועלכע גמיינזאמער ארבעט, אפילו בלויז איין בלאט, זענען פארהאן וועבזייטלעך וואס שטעלן צו וויקי סערוויס (אומזיסט אדער פאר געלט). איר קענט אויך אינסאלירין די מידיע-וויקי פראגראם אויף אייער קאמפיוטער.
  6. א פלאץ צו פארשפרייטן אייגענע מסקנות – אויב האט איר אויפגעוויזן, דערגאנגען אדער געטראפן א פרישע ידיעה וואס איז ביז דאן נישט געווען באקאנט, דאן מאכט באקאנט אייער אויסטרעף אין א געהעריגע צייטשריפט וואו עס וועט קענען באקומען קריטיק פון קאלעגע פארשער. המכלול וועט עס קענען בריכטן נאר נאכדעם וואס עס וועט ווערן אן אנגענומענע טייל פון די מענטשהייט'ס ידיעות. פארשטייט זיך, אז איר מוזט נישט ברענגן אלע אינפארמאציע אין די ארטיקלען דוקא פון אקאדעמישע צייטשריפטן, פארט דארף מען מקפיד זיין אויף די קוואלעטעט פון די מקורות.
  7. א פלאץ מפרסם צו זיין חידושי תורה – אויב האט מחדש געווען א שיין חידוש, דאן זייט דאס מפרסם און א תורה'דיגע קובץ אדער פלאטפארמע, אדער דרוקט גאר א ספר. עס איז מעגליך אז אייער חידוש וועט דערמאנט ווערן אין המכלול, אין פאל עס ווערט אנגענומען און באקאנט אין די תורה וועלט. מיט דעם אלעם, אין ארטיקלען וואו עס ערשיינען מאטעריאל וואס מען דארף אדרעסירן פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט, וועלן מיטגלידער פון מכון חכמת התורה משלב זיין דערין השקפה רייד וואס וועט פארשטעלן די תורה'דיגע שטאנדפונקט. אין אזעלכע פעלער וועט ערשיינען ביים ענדע פונעם ארטיקל מוסטער:קלארשטעלונג.
  8. א זאמלונג פון מקורות פון די פובליק דאמעין (צב"ש: גאנצע ביכער, דאקומענטן, בריוון, געזעצן און ענדליכס וואס האבן א תועלת נאר אויב זיי ווערן פארגעשטעלט אין זייער ארגענעלע לשון און אן קיין טוישונגען). – קליינע רעלעוואנטע שטיקלעך פון ארגענעלע מאטעריאל, אלץ טעקסט אדער א בילדער, זענען וויכטיג און עס מעג רוהיגעהייט גענומען ווערן פונעם פובליק דאמעין. טראץ דעם, אויב איר ווילט ביישטייערן פולע מקורות פארן ציבור, ווענד אייך צו וויקיטעקסט.
  9. א היים פאר פרעזענליכע פארפילס – די רעדאקטער פון המכלול האבן אן אייגענעם באניצער בלאט, אבער זיי דינען אלץ קאמוניקאציע מיטל בשעת'ן ארבעטן אויפן ענציקלופעדיע. טייל רעדאקטער, עטוואס באקאנטע, וועלן ביישטייערן ענציקלאפעדישע אינפארמאציע איבער זיך און זייער אויפטוען, און אזעלכע ביישטייערונגען וועלן על פי רוב אנגענומען ווערן; אבער די סטאנדארטן פון ענציקלאפעדישע ארטיקלן זענען גילטיג ביי אזעלעכע בלעטער פונקט ווי ביי יעדער אנדערע ארטיקל. שאפן א שפע פון לינקס און רעפרענצן צו אטאבייאגראפישע ארטיקלען זענען נישט אין איינקלאנג מיט די גייסט אין המכלול. אויב איר ווילט זיך שאפן א פרעזענליכע פראפיל אן קיין שייכות צו אייער ארבעט אין המכלול, זענען פארהאן פילע וועבזייטלעך וואס שטעלן דאס צו בחינם.
  10. א דרייוו צו האלטן פיילס – איוב איר לאנדענט ארויף פיילס, ביטע לאדענט ארויף נאר פיילס וואס זענען נוגע פאר ענציקלאפעדיע ארטיקלען; יעדער אנדערע זאך וועט פארמעקט ווערן.
  11. עדוועטייזער – ארטיקלען אין המכלול זענען נישט געאייגנט צו רעקלאמירן איבער געוויסע פרודוקטן אדער סערוויסעס.
  12. א נייעס וועבזייטל – המכלול דארף נישט צושטעלן באריכטן איבער געשעענישן בשעת זיי פאסירן, אבער שאפן ענציקלאפעדישע ארטיקלן איבער טעמע אין די נייעס איז ערלויבט. (עס אבער פארט כדאי צו ווארטן פאר אפדעיטס). די וועג פון ארבעטן אין המכלול ערלויבט געמיינזאם צו שרייבן איבער אקטועלע נושאים מיט א היסטארישע חשיבות, ווילאנג עס ווערט געשריבן ענציקלאפעדיש. ווען מען לייגט צו פרישע נייעס צו ארטיקלען, דארף מען דאס שרייבן בלשון עבר אויף א וועג אז עס זאל אויסזען לאגיש אויך אין יארן ארום. פארן זעלבע סיבה זאל מען נישט ניצן אויסדרוקן ווי "אין די לעצטערע יארן".
  13. א טעלעפאן בוך אדער ביזנעס דערעקטארי – בלויז ענציקלאפעדישע פאקטן האבן א פלאץ אין המכלול. צ.ב.ש. שרייבנדיג איבער א פירמע, דארף מען נישט שרייבן זייער טעלעפאן נומער, א סעיל וואס זיי האבן געמאכט א.ד.ג. (טארץ דעם וואס צעטראלער געשעענישן זענען פארשטייט זיך רעלעוואנט). אזוי אויך איז די שמועס בלאט פון אן ארטיקלן נישט די ארט צו פירן די פרימע געשילדערט דערין.
  14. א פלאץ פארצושלאגן אדער פארלאנגן ארבעט – מעלדונגען איבער וואו מען קען באקומען ארבעט וועלן באלד אויסגעמעקט ווערן.
  15. א פלאץ צוצושטעלן פראפעסניעלע הילף – המכלול זוכט נישט אין קיין שום וועג צו ברענגן פראפעסניעלע הילף פאר די וועלט. עס איז בלויז אן ענציקלאפעדיע צו בארייכערען די ידיעות.
  16. א הומאריסטישע וועבזייטל – דערפאר, וועט יעדער פיקטיווער ארטיקל פארמעקט ווערן.
  17. א סטאטיסטיק וועבזייטל – דערפאר, איז נישטא קיין פלאץ פאר דעטאלירטע סטאטיסיקס. מעג אבער יא דערציילן איבער סטאטיסטישע אייגנשאפטן (א שטייגער ווי דעמאגראפישע אינפארמאציע פון א שטאט).
  18. וויקיפעדיע – המכלול ווערט געפירט אומאפהענגיג פון וויקיפעדיע אדער די וויקי-מידיע פאנד. אן איינפיר וואס עקזיסטירט אין וויקיפעדיע, איז לאו דוקא ריכטיג אין המכלול. בפרט, אן ארטיקל וואס עקזיסטירט אין וויקיפעדיע וואס לאו דוקא ערשיינען און אפגעהיטן ווערן אין המכלול.