רוי:אינפרארויט

ווערסיע פון 01:12, 28 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{וויסן-שטומף}}" ב־"{{שטומף|וויסנשאפט}}")
בילד פון א קליינער הונט געמאכט מיט אינפרארויט ליכט, מיט א טעמפעראטור לייטער

אינפראַרויט (IR) ליכט איז עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג מיט א כוואליע-לענג לענגער ווי ליכט וואס מענטשן קענען זען אבער קירצער פון מיקראכוואליעס, צווישן 740 נאנאמעטער און 1 מילימעטער. מען קען נישט זען די שטראלונג אבער מען קען זי שפירן ווי היץ. רוב היץ שטראלונג וואס זאכן לאזן ארויס ביי נארמאלע טעמפעראטורן איז אינפרארויט. א פייער לאזט ארויס מער אינפרארויטע שטראלונג ווי זעבארע שטראלונג.

דער אסטראנאם וויליאם הערשעל האט אנטפלעקט אינפרארויט שטראלונג אין 1800.

מען ניצט אינפרארויט ליכט אין אינדוסטריעלע, מעדיצינישע און וויסנשאפטלעכע אנווענדונגען.

עטימאלאגיע

דאס ווארט אינפרארויט קומט פון לאטיין: infra אינפראַ (טייטש: אונטער) און דאס יידיש ווארט רויט, ווייל דער פרעקווענץ פון אינפרארויט איז אונטער (נידעריגער) דעם פרעקווענץ פון רויטן ליכט.

וועבלינקען

  דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!