רוי:קהל ייטב לב

ווערסיע פון 01:06, 28 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{יידישקייט-שטומף}}" ב־"{{שטומף|אידישקייט}}")
טעקע:שטאטאטן3.jpg
דער אינהאלט פון די שטאטוטן

קהל יטב לב איז די סאטמארער קהילה איבער דער וועלט, וואס איז געגרינדעט דורך דעם סאטמארער רבי'ן ר' יואל טייטלבוים זצ"ל, וועלכער האט אראפגעלייגט ספעציעלע יסודות דורכ'ן שרייבן שטאטוטן ווי אזוי די קהלה זאל געפירט ווערן אין אלע צייטן און אומשטענדן.

געגרינדעט געווארן אין שנת ה'תש"ח לפ"ק אום חוה"מ פסח, אין דעם ערשטן קליינעם סאטמארער ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד עוו.

דעמאלטס ביי דעם ערשטן אסיפה האבן זיך איינגעשריבן בלויז 17 מיטגלידער אלס חברי הקהלה.

דער ערשטער פרעזידענט איז געוועזן רבי חיים מאיר ברוין, בעמח"ס תולדות חיים

אלס ראשי הקהלה וועלכע האבן אויך געדינט אלס וויצע פרעזידענט זענען אריינגעקומען הרבני הנגיד ר' פייש מאשקאוויטש (וועלכער איז אליינס שפעטער געווארן פרעזעס), און הרבני הנגיד ר' יוסף איצקאוויטש.

אלס סעקרעטאר פון די קהלה איז אויפגענומען געווארן ר' משה בראווער

היסטארישע פונקטן

פרעזידענטן און וויצע פרעזידענטן

אט איז א שטיקל ליסטע פון ראשי הקהילה (פרעזעס און וויצע פרעזעס פון די פאלגנדע יארן)

  • הרה"ג ר' חיים מאיר ברוין ז"ל תש"ח - תש?? (פרעזעס)
  • הרבני הנגיד ר' פייש מאשקאוויטש (וויצע פרעזעס - פרעזעס) (אין די שפעטערע יארן ווען ר' יואל קליין איז געווארן פרעזידענט האט ער געדינט אלס עהרן פרעזידענט זינט ער האט זיך געצויגן קיין בראזיל)
  • הרה"ג החסיד ר' ליפא פריעדמאן (וויצע פרעזעס)
  • הרבני הנגיד ר' יואל קליין (קליין באטשי) (פרעזעס)
  • הרבני הנגיד ר' לייבוש לעפקאוויטש (פרעזידענט)
  • הרה"ח ר' אלכסנדר סענדער דייטש ע"ה (וויצע פרעזידענט)
  • שאול פערעלשטיין (פרעזעס)
  • הרבני הנגיד ר' אברהם בער יאקאבאוויטש (וויצע (פרעזעס)

צענטראלע שולן

  1. 500 בעדפארד עוו. תש"ז - תשי"ח
  2. נעפּ מענשאן (550 בעדפארד עוו.) תשי"ח - תשכ"ח
  3. ראַדני סט. תשכ"ט

קהלי'שע און מוסדות אנשטאלטן

  דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!