אַן איבערזעצערין צום שטום־לשון
Preservation of the Sign Language (1913)

אַ שטום־לשון איז אַזאַ לשון װאָס װערט אָפט מאָל געניצט דורך די װאָס זענען שטום (װאָס קענען נישט רעדן) אָדער טױב, און אױך דורך זײערע קרובֿים און חבֿרים. שטאָטס צו ניצן קלאַנגיקע סימנים פּראָדוצירט אינעם מױל, ניצט עס סימנים געשאַפן דורך באַװעגונגען פון די הענט, דעם פּנים, און אַנדערע טײלן פון גוף. אַזױ אַרום קען אַ מענטש קאָמוניקירן מיט אַנדערע אױף אַ פליסיקן אופן אָן צו ניצן קײן שום קלאַנגען.

עס זענען פאַראַן אַ סך אַזעלעכע לשונות: אַ סך לענדער האָבן דאָס אײגענע שטום־לשון. אַפילו ענגלאַנד און אַמעריקע האָבן באַזונדערע שטום־לשונות װאָס אײנער װאָס רעדט אײנס פון זײ פאַרשטײט לחלוטין נישט דאָס צװײטע.

די שטום לשון אין ישראל, איז באזירט אויפן דייטשיש שטום לשון. נאכדעם וואס א געוויסער מארקוס רייך, האט געגרינדעט א שולע פאר טויבע מענטשן, אין דייטשלאנד, און איז געווען פארעכנט פון די בעסטע שולעס פאר די טויבע. שפעטער אין 1932, איז געפענט געווארן אין ירושלים א שולע, וואס אירע לערערס זענען געקומען פון רייכס שולע, אזוי האט זיך אנגעפאנגען די שפראך אין ישראל. (היינט איז עס שוין נישט דאס זעלביקע ווי דייטשיש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!