רוי:שטום לשון

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Preservation of the Sign Language (1913)

אַ שטום־לשון איז אַזאַ לשון וואָס ווערט אָפט מאָל געניצט דורך די וואָס זענען שטום (וואָס קענען נישט רעדן) אָדער טויב, און אויך דורך זייערע קרובים און חברים. שטאָטס צו ניצן קלאַנגיקע סימנים פּראָדוצירט אינעם מויל, ניצט עס סימנים געשאַפן דורך באַוועגונגען פון די הענט, דעם פנים, און אַנדערע טיילן פון גוף. אַזוי אַרום קען אַ מענטש קאָמוניקירן מיט אַנדערע אויף אַ פליסיקן אופן אָן צו ניצן קיין שום קלאַנגען.

עס זענען פארהאן אַ סך אַזעלעכע לשונות: אַ סך לענדער האָבן דאָס אייגענע שטום־לשון. אַפילו ענגלאַנד און אַמעריקע האָבן באַזונדערע שטום־לשונות וואָס איינער וואָס רעדט איינס פון זיי פאַרשטייט לחלוטין נישט דאָס צווייטע.

די שטום לשון אין ישראל, איז באזירט אויפן דייטשיש שטום לשון. נאכדעם וואס א געוויסער מארקוס רייך, האט געגרינדעט א שולע פאר טויבע מענטשן, אין דייטשלאנד, און איז געווען פארעכנט פון די בעסטע שולעס פאר די טויבע. שפעטער אין 1932, איז געפענט געווארן אין ירושלים א שולע, וואס אירע לערערס זענען געקומען פון רייכס שולע, אזוי האט זיך אנגעפאנגען די שפראך אין ישראל. (היינט איז עס שוין נישט דאס זעלביקע ווי דייטשיש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!