רוי:קאירא גניזה

ווערסיע פון 22:23, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

די קאַיִר גניזה איז אַ זאַמלונג פון בערך 300,000 כּתבֿי־ידות פון דער בן־עזרא שול אין פוסטאַט לעבן מאָדערנעם קאַיִר. ייִדן האָבן פאַרנומען פרומע און וועלטלעכע טעקסטן אין דער גניזה אַן ערך צווישן יאר 870 לויט דער איצטיקער צײַט־רעכענונג און דעם 19טן יאָרהונדערט.

עטלעכע אייראָפּעער זענען געפאָרן אין דער שול און האבן באַמערקט די אַלטע כּתבֿי־ידות אָבער נישט דעם באַטרעף. די וויכטיקייט פון דער קאַיִר גניזה האָט דער ייִדישער היסטאָריקער זלמן שעכטער איינגעזען. ער איז געפאָרן אין מצרים און האָט די בלעטער צוריקגעטראָגן. הײַנט זענען די דאָקומענטן אין כּלערלײ אוניווערסיטעטן (איבערהויפּט אין קעמברידזש).

אינהאַלטן פון גניזה

 
כּתבֿ־יד געשריבן דורך רמב"ם אין ייִדישן אראביש.

מען קען כּמעט נישט מגזם זײַן די וויכטיקייט פון דער קאַיִר גניזה צו ייִדישער געשיכטע. אַנטיקע פּיוטים און תּפילות האָבן זיך געפונען אין דער גניזה. די סאַמע עלטסטע כּתבֿי־יד פון תּלמוד במציאות זענען געווען אין דער גניזה.

מע האָט געפונען פאַרלוירנע ביכער, ארײַנרעכענענדיק פראַגמענטן פון ספר בן סירא, דער דמשק דאָקומענט (אויכעט געפינט זיך אין קומראַן) און בריוו צווישן ייִדן און די כּוזרים (זע חסדאי אבן שפרוטס דער כּוזרי). אויף זייער אַ סך בלעטער האָט מען אָנגעשריבן וועגן געשעפט. כּתבֿי־יד געשריבן דורך רמב"ם ווערט אַנטדעקט געוואָרן.

פאַררופונגען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!