רוי:אלעקסאנדער פאן האמבאלט

ווערסיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
Alexander von Humboldt-selfportrait.jpg

 

פֿרידריך ווילהעלם היינריך אַלעקסאנדער פֿרײַהער פֿאן האַמבאלט (דייטש: Friedrich Wilhelm Heinrich Alexander von Humboldt; ‏ 14טן סעפטעמבער, 1769 - 6טן מיי, 1859) איז געווען א דייטשער אויספארשער. זיין ארבעט אויף באטאנישער געאגראפיע האט געלייגט די יסודות פארן פעלד פון ביאגעאגראפיע.

לעבנסגעשיכטע

האמבאלט איז געבוירן אין בערלין צו זיין פאטער, אלעקסאנדער געארג פאן האמבאלט, אן אפיציר אין דער פרייסישער ארמיי.