רוי:רבי אלעזר לעוו

ווערסיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

א געמאלן בילד פון רבי אלעזר לעוו

רבי אלעזר לעוו (ה'תקי"ח - כ"ז שבט ה'תקצ"ז) איז געווען רב אין פארשידענע שטעט אין מעהרן און אין אונגארן. ער ווערט גערופן בעיקר אויף דעם נאמען פון זיין ספר "שמן רוקח".

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין וואוידיסלאוו צו זיין מוטער לאה רייצא, די טאָכטער פון רבי שמואל כ"ץ פון לאסק און צו זיין פאטער רב ארי' לייב לעוו דער זון פון רבי פּנחס זעליג לעוו דער רב פון לאַסק, און די מחבר פון דעם ספר "עטרת פז". ער איז גערופן אויף דעם נאמען פון זיין זיידן רבי אלעזר מוכיח, וואס האט אַזוי געהייסן נאך זיין זיידן רבי אלעזר זלאטשאווער, דער פאטער פון רבי יחיאל מיכל פון נעמיראוו.

ער האט חתונה געהאט בייַ זייער א יונגן עלטער מיט יוטל יוטאָ, טאָכטער פון רבי יואל וואס איז געווען א איידעם פון רבי יהודה אריה לייב קאליש דער רב פון אמסטערדאם און דער מחבר פון "גור אריה", און נאך זיין חתונה איז ער געגאנגען צו לאסק צו באדינען און לערנען מיט זיין זיידע, הרב פנחס זעליג וואס איז געווען דער היגער רב. אלט זייענדיג בלויז 17 יאר איז ער געווארען אויסגעקליבן צו דינען אלס דער רב פון זיין געבורט-ארט וואוידיסלב און אלס דער היגער ראש בית דין. דריי יאר שפּעטער (תקל"ח, 1778) איז ער געווארען ערוועלט צו דינען ווי דער רב פון די שטאָט פילץ וואס איז נאנט צו קארקאוו און ער האט דארט געדינט ארום צוואנציג יאר. אין 1792 איז זיין פרוי געשטארבן, און אַ יאָר דערנאָך האט ער נאכאמאל חתונה געהאט צו רבקה אסתר די טאָכטער פון רבי אברהם יצחק כ"ץ (רבי אבא'לע ראקאווער) רב פון פינטשוב און מחבר פון "כתר כהונה".

בשעת ווען ער איז געווען רב אין פילץ איז פארגעקומען די טיילונג פון פוילן, און קראקע וואס איז געווען צוגעטשעפעט צו ווארשע איז אריבער אונטער די קאָנטראָל פון עסטרייך. צוליב דער סיבה, האט ער זיין ערשטער ספר "סמא דחיי" געדרוקט אין ווארשע, בשעת די איבריגע פון זיינע ספרים האט ער געדרוקט אין וויען, הויפּטשטאָט פון עסטרייך.

רבי מרדכי בנעט, דער רב פון ניקאלשבורג און גאנץ בעהמען, האט אים רעקאמענדירט פאַר די מענטשן פון טריטש אין מעהרן צו דינען דארט אלס רב, נאָך וואס די פלענער פון אהינברענגען דעם חתם סופר צו דינען אלס רב פון דער שטאָט זענען דורכגעפאלן צוליב דער אָפּאָזיציע פון די מענטשן פון זיין שטאָט מאטערסדארף זיי נישט צו פארלאזן. אלס איינע פון די תנאים מיט די מענטשן פון טריטש, האבן זיי אויסגעהאלטן אַ היגע ישיבה פאַר אים און ער האט זיך אפגעגעבן מיט שרייבן ספרים. יאָרן שפּעטער האט די זון פון רבי מרדכי בנעט, רבי ישעיה בנעט, חתונה געהאט מיט זיין טאָכטער.

אין תקע"ג (1813) איז ער אריבער קיין רעגנשבורג, בעהמען, און ערפילט דארט די רבנות פון דריי שטעט: רעגנשבורג, פּילזן און גלאטוי. אין אנהויב האט דער חתם סופר פרובירט צו ארבעטן צו נאָמינירן אויף זייַן אָרט אין טריטש זיין שווער רבי עקיבא אייגער, דעמאלטס רב פון מארקיש-פרידלאַנד, אָבער נאָך וואס דער לעצטער איז געווארן אויסגעקליבן צו דינען ווי דער רב פון פויזן האבן די טריטש'ער קהילה אנגעהויבן דריקן אויף זייער פריעדיגער רב צו צוריקקומען, און זיי האבן צוגעזאגט אויסצוהאַלטן די ישיבה פינאנציעל, ממילא האט ער זיך אומגעקערט צו טריטש סוף פון 1815, חנוכה תקע"ו.

אין 1819, תקע"ט, האבן אפגעברענט גרויסע חלקים פון דער שטאָט, זיין הויז האט אַראָפּגעברענט מיט זיין גאנצער אוצר הספרים, וואָס האט אנטהאלט ארום 1200 כותרים. ער איז אַוועקגעגאנגען וואַנדערנדיג, און אין 1821 איז ער געווארען רב פון מיקולוש אין אונגארן. אין 1830 האט ער פארלאזט דער מיקולוש'ער רבנות איבערצונעמען דאס רבנות אין שטאָט סאנטוב.

ווינטער 1833, תקצ"ג, איז ער בלינד געווארן און זייט דעמאלטס האט ער נאר געלערנט אַלץ פון זכּרון. ער איז נפטר געווארן כ"ז שבט תקצ"ז ,2טן פעברואַר 1837, און איז באערדיגט געווארן אין סאנטוב.

זיין זון איז געווען רבי בנימין וואלף לעוו מווערבוי, און זיין אייניקל איז רבי ירמיהו לעוו (העב׳) פון די מערסט באקאנטע רבנים פון אונגארן אין די 19טער יאָרהונדערט, ומהבולטים ברבני קהילות סטאטוס קווא אַנטי.

זיינע ספרים

  • שו"ת שמן רוקח
  • סמא דחיי - דרושים
  • זר זהב על ספר המקח והממכר של רב האי גאון
  • שמן רוקח - חידושי הלכה
  • יבין שמועה - ביאורים על מאמרי חז"ל
  • שערי דעה - על שולחן ערוך יורה דעה


זעט אויך

רעפערענצן

מספריו