רוי:עשרה הרוגי מלכות

ווערסיע פון 22:02, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

עשרה הרוגי מלכות איז דער נאמען וואס מען גיט צו די צען תנאים, וואס זענען געווען הינגעריכט דורך דער רוימישער רעגירונג אין ארץ ישראל.

די גמרא[1] ניצט דעם אויסדרוק "הרוגי מלכות" פאר די יידן וואס די רוימען האבן געהרגעט צוליב זייער זיין יידן אדער צוליב זייער היטן די מצוות. אין דער גמרא ווערט געברענגט וועגן דרײַ תנאים וואס זענען הינגעריכט: רבי עקיבא[2], רבי חנינא בן תרדיון[3] און רבי יהודה בן בבא[4]. די תנאים זענען געכאפט ווייל זיי האבן געהיט די מצוות וואס אדריאנוס האט גע'אסרט: זיי האבן געגעבן סמיכה צו די חכמים, זיי האבן געהיטן שבת, זיי האבן געמאכט ברית מילה אדער געלערנט תורה ברבים.

די צאל פון צען עשרה הרוגי מלכות טרעפו מען שוין אין מדרש איכה[5] און אין מדרש אלה אזכרה.

מער פרטים זעט מען אין דער קינה וואס הייבט אן מיט די ווערטער אלה אזכרה דארט ווערט געברענגט וויאזוי מ'האט זיי געפירט צום טויט און די שמועס פון די מלאכים וועגן דעם. אשכנזים זאגן די קינה נאך דער עבודה אין מוסף יום כיפור, און די ספרדים זאגן זי אין די קינות תשעה באב. די אשכנזים זאגן אין די קינות פון תשעה א קירצערע קינה וואס הייבט אן מיט די ווערטער ארזי הלבנון אדירי התורה (דארט ווערט רבי יהודה בן דמה נישט דערמאנט).

די צען זענען:

אין אמת'ן זענען די צען תנאים נישט אלע געהרגעט אין דער זעלבער צײַט.

  • רבן שמעון בן גמליאל מיט רבי ישמעאל זענען געהרגעט צוזאמען אין דער צייט פון חורבן בית שני.
  • רבי עקיבא איז געהרגעט 60 יאר נאכן חורבן.
  • רבי יהודה בן בבא, רבי חנינא בן תרדיון, רבי חוצפית און רבי ישבב זענען געהרגעט ווען די רוימען האבן איינגענומען ביתר, 52 יאר נאכן חורבן.

אבער אין פרקי היכלות[6] שטייט אז מען האט געכאפט ר' ישמעאל, ר' גמליאל, ר' אליעזר (בן דמא) און ר' יהודה בן בבא צוזאמען.

רבינו בחיי[7] שרייבט אז די עשרה הרוגי מלכות זענען מרומז אין די צען מאל וואס שטייט דאס ווארט "האנשים" ווען יוסף'ס ברידער זענען געקומען קיין מצרים.

מקורות

  1. בבא בתרא, י; סוטה מח:
  2. ברכות סא.
  3. עבודה זרה יז:
  4. ע"ז ח:; סנהדרין י"ד.
  5. איכה רבה, פרשה ב' אות ה' (אנשטאט ר' הנינא בן חכינאי, ר' יהודה בן דמה און ר' אלעזר בן שמוע ווערן גערעכנט דא ר' יהודה הנחתום, בן עזאי און ר' טרפון)
  6. פרקי היכלות ה:ד
  7. רבינו בחיי, סוף פון פרשת מקץ (דארט ווערט דערמאנט נישט ר' יהודה בן דמה נאר ר' אליעזר בן דמא)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!