רוי:קרנית פלוג
ד"ר קַרנית פלוג (קאַרניט פלוג; געבוירן דעם 9טן יאנואר 1955) איז א ישראלישע עקאנאמיסט, און די אנפירערין פונעם באנק פון ישראל.
ביאגראפיע
פלוג איז געבוירן אין פוילן אין 1955 צו איר פאטער נח (הענריק) פלוג און איר מוטער דאראטא (טוגנדרייך). ווען זי איז געווען אלט דריי יאר איז זי ארויף מיט איר משפחה אין ישראל.[1] זי האט שטודירט עקאנאמיק אין דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אין 1985 האט זי געענדיקט איר דאקטאראט אין עקאנאמיק אין קאלומביע אוניווערסיטעט, ניו יארק. אין 1984 איז זי געווארן אן עקאנאמיסט ביים אינטערנאציאנאלן געלטפאנד, און אין 1988 האט זי אנגעהויבן ארבעטן אינעם פארשונג אפטיילונג פונעם באנק פון ישראל.
אין יולי 2011 האט מען זי באשטימט וויצע־אנפירער פונעם באנק פון ישראל.[2] אנהייב יולי 2013, צוליב דער פענסיאנירונג פון סטענלי פישר פונעם אמט פון אנפירער פונעם באנק פון ישראל, האט מען זי באשטימט ממלא־מקום פון אנפירער.[3] אין אקטאבער 2013 האט מען באשלאסן צו באשטימען זי צום אמט פון אנפירערין פונעם באנק פון ישראל, די ערשטע פרוי צו ווערן באשטימט אין דעם אמט.[4]
משפחה
פלוג איז געהייראט צו פראפעסאר שאול לאך, הויפט פונעם קרייז פאר עקאנאמיק אינעם. זיי האבן צוויי קינדער.[1]
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 מוסטער:TheMarker1
- ↑ יהודה שרוני, צי וועלן מיר האבן אן אנפירערין?, מעריב, 4טן אפריל 2011 (העברעיש)
- ↑ זאב קליין, סוף עידן פישר: ממחר - פלוג מ"מ זמנית, אויף ישראל היום, 30טן יוני 2013
- ↑ נתניהו ולפיד החליטו: פלוג - הנגידה הבאה, אויף ynet
- ↑ יוסי גרינשטיין, הכלכלנית הבכירה שטיפסה לראש הפירמידה, מעריב, 21טן אקטאבער 2013