רוי:אליעזר יהודה פינקל (ב)

ווערסיע פון 19:21, 21 מערץ 2022 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי אליעזר יהודה פינקל מיט ר' יוסי דייטש באגריסט דן שפירא, דער אמעריקאנער אמאבאסאדאר.
הרב אליעזר יהודה פינקל

הרב אליעזר יודל פינקל דער צוויטער (געב' י"ט אלול תשכ"ה; 16טן סעפטעמבער 1965) איז דער היינטיקער ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה אין ירושלים, וואס איז די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט.

רבי אליעזר יהודה איז א זון פון דעם פריערדיקן ראש ישיבה, רבי נתן צבי פינקל, און מרת רחל לאה פינקל, ביידע אוראייניקלעך פון רבי נתן צבי פינקל, דער אלטער פון סלאבאדקע. זיין מוטער איז א טאכטער פון רבי בנימין ביינוש פינקל, מירער ראש ישיבה. ער טראגט דעם נאמען פון זיין עלטער־זיידע, רבי ביינושנס פאטער, וואס איז געווען דער ערשטער מירער ראש ישיבה אין ירושלים.

רבי אליעזר יהודה איז געווען עטלעכע יאר פאראנטווארטלעך אויף די חסידישע בחורים אין דער ישיבה. ער פלעג אויך אונטערחתמענען דאקומענטן פאר דער פארוואלטונג פון דער ישיבה. ווען רבי נתן צבי איז פלוצלינג נפטר געווארן י"א מרחשון תשע"ב, האט מען באשטימט רבי אליעזר יהודה דעם נייעם ראש ישיבה. רבי אהרן לייב שטיינמאן האט אים געמאלדן אלס ראש ישיבה בשעת דער לוויה ווען ער האט מספיד געווען רבי נתן צבי.


פריערדיגער:
ערשטער
מירער ראש ישיבה
תשע"ב -
נאָכפאלגער:
היינטיגער

מוסטער:רב-שטומף