רוי:קאמף פון טראפאלגאר

ווערסיע פון 21:12, 27 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")

 

דער קאמף פון טראפאלגאר, געמאלן דורך טורנער אין 1806-1808

דער קאַמף פון טראַפאַלגאַר (ענגליש: Battle of Trafalgar) איז געווען א ים־קאמף דעם 21סטן אקטאבער 1805 צווישן די ים-פלאטן פון פראנקרייך און שפאניע פון איין זייט, און גרויסבריטאניע פון דער צווייטער. דער קאמף איז פארגעקומען לעבן קאפ טראפאלגאר אין דרום־מערב שפאניע. דער קאמף האט זיך אויסגעלאזט מיט א קלארן זיג פאר די בריטישע קראפטן. דער בריטישער קאמענדאנט, נעלסאן, איז אבער געהרגעט געווארן אינעם קאמף.

אזוי איז בריטאניע געווארן דער וועלטס גרעסטע ים־מאכט דורכאויס 100 יאר . דער קאמף פון טראפאלגאר איז געווען דער חשובסטער ים־קאמף אינעם 19טן יארהונדערט.

וועבלינקען