רוי:צושטאנד פון מאטעריע

ווערסיע פון 21:01, 27 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")

מאטעריע עקזיסטירט אויף דער ערד אין דריי צושטאנדן אדער פאַזעס: סאליד, פליסיקייט און גאז, אבער אינעם אוניווערס איז מאטעריע געוויינלעך אין דעם פלאזמע צושטאנד. דער צושטאנד קען זיך ענדערן לויט טעמפעראטור און דרוק.

די דריי קלאסישע צושטאנדן

סאליד

אין א סאליד זענען די מאלעקולן גאנץ נאנט איינס צו אנאנד. א סאליד האלט זיין פארעם, דערפאר איז מעגלעך צו שטופן א סאליד פון איין ארט צו א צווייטן. צו ענדערן די פארעם פון א סאליד דארף מען אים צעברעכן מיט קראפט.

פליסיקייט

אין א פליסיקייט קענען זיך די מאלעקולן באוועגן א ביסל. ביי א געוויסן טעמעפעראטור און דרוק האט די פליסיקייט א באשטימטן פארנעם, אבער זי טוישט איר פארעם צוצופאסן צו איר האלטער. דער פארנעם ווערט גרעסער ווען די טעמפעראטור ווערט העכער אדער דער דרוק ווערט נידעריגער.

גאז

  גאז

אין א גאז באוועגן זיך די מאלעקולן אז כמעט האבן זיי נישט קיין פארבינדונג איינס מיט אנאנד. דער גאז האט נישט קיין באשטימן פארנעם, און טוט שטענדיק אנפילן זיין האלטער.

פאזע איבערגאנגען