רוי:רבי מנחם נחום פרידמאן

ווערסיע פון 19:52, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
שטעפאנעשטער רבי
רבי מנחם נחום פרידמאן
געבורט רוזשין
פטירה יאס

רבי מנחם נחום פרידמאן זצ"ל (ה'תקפ"ג - י"ד כסלו ה'תרכ"ט) פון שטעפאנעשט, רומעניע.

אפשטאם

רבי מנחם נחום איז געבוירן אין רוזשין אין יאר ה'תקפ"ג, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.

רבנות

אין יאר ה'תרי"ב האט רבי מנחם נחום זיך געצויגן אין רומעניע און איז געווארן רבי אין שטעפאנעשט, רומעניע, פון וואו זיין איינפלוס (השפעה) האט זיך פארשפרייט איבער גאנץ רומעניע.

הסתלקות

רבי מנחם נחום איז נפטר געווארן אין יאס, י"ד כסלו ה'תרכ"ט ביי די 45 יאר. ער ליגט אין אן אוהל דארט.

פאמיליע

רבי מנחם נחום האט געהייראט א טאכטער פון הרב אלעזר קאשאנסקי. זייערע קינדער:

  • מרת גיטל, די ווייב בזיווג שני פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!