רוי:2008
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
2008 אין פארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 2008 MMVIII |
אידישער לוח | ה'תשס"ח - ה'תשס"ט |
כינעזישער קאלענדאר | 4704 – 4705 丁亥 – 戊子 4705 איז דאס יאר פונעם ראַץ |
עטיאפישער קאלענדאר | 2000 – 2001 |
פערסישער קאלענדאר | 1386 – 1387 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1428 – 1430 |
2008 איז דאס אכטע יאר אינעם 21סטן יארהונדערט. דאס איז אן עיבור יאר, וואס איז 366 טעג. יאנואר 1 2008 לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר פעדערט יאנואר 1 לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. (אלע דאטומען דא זענען לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר).
קאלענדאר
געשעענישן
- 12טן מאי - ערדציטערניש מיט שטארקייט 7.9 אין סיטשואן, כינע, איז גורם 70,000 טויטע
- 8טן אויגוסט - געעפנט די ביידזשינג אלימפיאדע
- 18טן אויגוסט - פערוועז מושאראף, פרעזידענט פון פאקיסטאן, רעזיגנירט פון זיין אמט
- 4טן נאוועמבער - באראק אבאמא געוועלט דער ערשטער שווארצער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
- 11טן נאוועמבער - ניר בארקאט ווערט ערוועלט אלס בירגערמייסטער פון ירושלים.
געבוירן
געשטארבן
- 8טן יאנואר - משה לוי, דער דער 12טער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל (געב' 1936)
- 12טן מאי - אירענא סענדלער, פוילישע סאציאל ארבעטער וואס האט געראטעוועט 2,500 אידישע קינדער פון דער ווארשעווער געטא (געב' 1910)
- 22סטן יוני - דזשארדזש קארלין, אמעריקאנער קאמיקער און אקטיאר (געב' 1937)
- 3טן אויגוסט - אלעקסאנדער סאלזשעניצין, רוסישער שרייבער (געב' 1918)
יארן און יארהונדערטער | |
---|---|
|
- ווייטערפירן מוסטער:געשעענישן ביי מאנאט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!