רוי:רבי משה רוקח (קאזלאוו)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה רוקח (תרנ"ו - ח' תשרי תשל"א) איז געווען דער קאזלאווער רבי.

רבי משה איז געבוירן געווארן אין סטרעליסק צו זיין פאטער רבי מאיר רוקח אין תרנ"ו. אין יענער צייט האט זיך זיין פאטער באזעצט אין קאזלאוו. ווען ער איז געווען אלט עלף יאר האט אים זיין פאטער געשיקט צום ברעזשאנער רב

פון ברעזשאן איז ר' משה געקומען קיין נעמיראוו, וואו ער האט געלערנט ביי רבי הערש עפשטיין, אב"ד פון נעמיראוו.

ער האט געהייראט מרת שלאמצי די טאכטער פון רבי אהרן היילפרין, וואס האט אים געעפנט א בית מדרש אין טארנאפאל. הרבי מקאזלוב המחונן גם בקול זמרה מתוק, עשה מאז גילו הצעיר רושם רב על שומעי תפילותיו, דער טארנאפאלער רב האט אים באשטימט בעל מוסף פאר די ימים נוראים אין ר' יעקעלס קלויז.

פאמיליע

די קינדער פון רבי משה רוקח זענען:

  • הרב מאיר, איידעם ביי ר' שמחה בונם גריניערגער, ראב"ד פרעשבורג היינט אין נואארק
  • הרב אהרן
  • די ווייב פון הרב יחיאל מיכל ראטנבערג, זון פון הרב משה שמואל ראטנבערג, קאסאנער רבי
  • די ווייב פון הרב דוב בעריש שפירא, נאראלער רבי, זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא.

פטירה

רבי משה פון קאזלאוו איז נפטר געווארן נאך א לאנגער מחלה, ח' תשרי תשל"א. מען האט אים געברענגט צו קבורה דעם זעלבן טאג לעבן זיין פאטער.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!