רוי:רבי ישעיה יעקב פארטוגאל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ישעיה יעקב פארטוגאל
געבורט כ"ו אדר ב' ה'תשט"ז
בוקארעסט, רומעניע
פטירה ה' אלול ה'תשפ"ד
דינאסטיע סקולען
3'טער סקולען'ער רבי
תשע"ט–תשפ"ד

הרב ישעיה יעקב פארטוגאל (כ"ו אדר ב' ה'תשט"זה' אלול ה'תשפ"ד) איז געווען דער דריטער סקולענער רבי.

לעבנסגעשיכטע

רבי ישעיה יעקב איז געבוירן אין יאר ה'תשט"ז, אין שטאט בוקארעסט, ראמעניע[1], צו זיין פאטער הרה"ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל, דער פריערדיגער סקולענער רבי, און צו זיין מוטער מרת רייזל, טאכטער פון הרב מנחם זאב שטערן, רב פון דעם גבעת שאול געגנט אין ירושלים.

ראש חודש ניסן תש"כ, ווען ער איז געווען פיר יאר אלט, איז ער, אינאיינעם מיט זיין פאטער און זיידע רבי אליעזר זוסיא, ארויס פון ראמעניע און אנגעקומען קיין אנטווערפן[2], וואו זיי האבן געוואוינט א שטיק צייט. תמוז תש"כ זענען זיי אנגעקומען קיין ניו יארק[3].

אנפאנג, האבן רבי ישעיה יעקב און זיינע עלטערן געוואוינט אינאיינעם מיט'ן זיידן אין קראון הייטס, ברוקלין, און רבי ישעיה יעקב איז געשיקט געווארן צו לערנען אין דער לאקאלער תלמוד תורה. אין עלטער פון דרייצן יאר, נאך זיין בר מצוה, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין סאטמארער ישיבה. שפעטער איז ער געפארן קיין ארץ ישראל צו לערנען אין רוזשינער ישיבה אין ירושלים.

אין יאר ה'תשל"ה, האט ער געהייראט זיין ווייב מרת סילקא, טאכטער פון רבי מאיר גרינוואלד פון טעטש, וועלכער איז אויך געווען דער שווער פון יעקב יחזקיה גרינוואלד דער היינטיגער פאפא רבי. די חתונה איז פארגעקומען אין מאנטרעאל וואו, נאך דער פטירה פון זיין שטיף שווער הרב יצחק אייזיק מאשקאוויטש, איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב ביהמ"ד מאור הגולה.

דעם טאג פון זיין 63סטן געבורטס-טאג, ביי דער לויה פון זיין טאטע – כ"ו אדר ב' תשע"ט – איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום, אלס אדמו"ר מסקולען, און אלס נשיא מוסדות חסד לאברהם.

קינדער

  • הרב אהרן מאיר, האט געהייראט מרת מרים, טאכטער פון זיין פעטער הרב שלמה אליעזר ברוינשטיין, דומ"ץ אין מאנסי, איידעם ביי רבי מאיר גרינוואלד פון טעטש.
  • מרת שיינא רחל, ווייב פון הרב מרדכי דוב בעק, טאלמיטשער רב, זון פון רבי חיים יהודא, אב"ד טשערקאס, מאנסי.
  • מרת הינדא טשיפא, ווייב פון הרב יואל מאסקאוויטש, זון פון רבי יצחק אלעזר, דער שאצער רבי פון מאנסי.
  • הרב אליעזר זוסיא, האט געהייראט מרת יוכבד, טאכטער פון רבי ישעיה טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון אמעריקע.
  • מרת אסתר פריידא, ווייב פון הרב יוסף משה דוב אונסדארפער, זון פון רבי יעקב אליה אונסדארפער.
  • מרת מאטיל לאה, ווייב פון הרב דוד פרידמאן.
  • מרת זיסל, ווייב פון הרב מנחם נחום טווערסקי, זון פון רבי אברהם דוב, אב"ד רחמיסטריווקא מאנסי, און איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי.
  • מרת עטיל חיה שרה, ווייב פון הרב מנחם מענדיל בריעף.

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 68
  2. הנה באהל, זייט 279-282
  3. הנה באהל, זייט 292

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!