רוי:רבי יוסף חיים זאנענפעלד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רחוב זאנענפעלד אין בית ישראל קווארטל אין ירושלים
מצבת הרב יוסף חיים זוננפלד אין אידישע בית עולם פון הר הזיתים. לצד מצבת רבו הרב אברהם חיים שאג
הרב יוסף חיים זאנענפעלד

הרב יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל ( ו' כסלו תר"ט, 1טן דעצעמבער 1848 – י"ט אדר ב' ה'תרצ"ב) איז געווען דער גאב"ד פון דער עדה החרדית, באוואוסט אלס פייערדיגער קנאי און א גרויסער לוחם אקעגן ציונות.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן ו' כסלו תר"ט אין דעם שטעטל ווערבוי, קעניגרייך פון אונגארן (היינט סלאוואקיי) צו זיין פאטער הרב אברהם שלמה זאנענפעלד און זיין מוטער זאלדא. ער האט געלערט ביי גדולי התורה ווי דער כתב סופר, זון פונעם חתם סופר, און רבי חיים הערש מאנהיימער. אין יאר תרל"ג (1873) איז ער ארויף אין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין רבי'ן, הרב אברהם שאג-צוועבנער, א תלמיד פונעם חתם סופר, און האט זיך באזעצט אין דער ירושלים אלטשטאט. ער איז געווארן נאנט מיט הרב יהושע לייב דיסקין און זיין זון, הרב יצחק ירוחם דיסקין. ער איז געווען טעטיג אינעם ישוב הישן און האט געגרינדט דעם "אונגארישע הייזער" פערטל. צוזאמען מיט הרב דיסקין האט ער אויפגעשטעלט אין יאר תרל"ח (1878) דעם "בית הדין של החוגים היראים".

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט חילא (אייבעשוץ), די שוויגער פון רבי חיים זאב פינקל.

וועבלינק


Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!