רוי:רבי דויד שפירא
רבי דויד שפירא זצ"ל (ה'תקס"ד - י"ט אדר ה'תרל"ד), רב אין דינאוו.
אפשטאם
רבי דויד'ל איז געבוירן אין סטריזשעוו אין יאר ה'תקס"ד, צו זיין פאטער הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמואל פון טשיטש. (זיין פאטער האט אים געהייסען צולייגען דעם אות "י" צו זיין נאמען אלס סגולה פאר א רפואה שלימה).
רבנות
נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר ה'תר"א איז רבי דויד'ל געווארן רב אין דינאוו.
הסתלקות
רבי דויד'ל איז נפטר געווארן י"ט אדר ה'תרל"ד.
פאמיליע
רבי דויד'ל האט געהייראט מרת רחל מינא, זייערע קינדער:
- הרב ישעיה נפתלי הירץ שפירא (ה'תקצ"ח - ד' סיון ה'תרמ"ה), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דינאוו.
- הרב צבי אלימלך שפירא (ה'תר"א - ה' ניסן ה'תרפ"ד), רב אין בלאזשאוו.
- הרב מאיר יהודה שפירא (ה'תר"ו - י"ט תשרי ה'תרס"ח), רב אין ביקאווסק.
- מרת אסתר רבקה, די ווייב פון הרב יהודה רוקח, רבי אין דינאוו, א זון פון הרב אלעזר רוקח, א זון פון שר שלום פון בעלזא
- מרת נחמה מלכה, די ווייב פון הרב טוביה הורוויץ (ה'תר"ה (אומגעפער) - ה'תרע"ח (אומגעפער) ), רב אין מיידאן.
- מרת דבורה, די ווייב פון הרב מנחם מענדל מארילעס (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה'תר"פ), רב אין ראפשיץ.
- מרת יהודית, די ווייב פון הרב אלטער משה חיים רובין (ה'תרט"ז - ה'תרע"ו), א זון פון הרב יעקב יוסף רובין, רב אין גלאגאוו.
זיין ספר
צמח דוד – על התורה, וואס זיין אייניקל האט צוזאמען געקליבן פון רבי דוידל'ס קינדער און פון חסידים.
עס האט די הסכמה פון רבי יצחק שמעלקיש, און איז ארויסגעגעבן געווארן דורך רבי מנחם מענדל רוקח פון דינאוו, פרעמישלא ה'תרל"ט און איבערגעדרוקט געווארן מונקאטש ה'תרס"ח.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!