רוי:רבי אריה לייב העלער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אריה לייב הכהן העלער (ה'תק"ה (1745), קאלוש - י"ט טבת ה'תקע"ג (1812), סטרי) איז געווען אב"ד פון סטרי און האט מחבר געווען דעם "קצות החושן".

רבי אריה לייב איז געבוירן אין ה'תק"ה אין קאלוש, אסט-גאליציע (היינט אוקראינע).

זיין ברודער: רבי יהודה כהנא (בעל קונטרס הספקות ותרומת הכרי). פון זיינע תלמידים: רבי אריה ליבוש ליפשיץ (בעל שו"ת אריה) ורבי אשר ענזיל צוזמיר (בעל שו"ת מהריא"ז).

זיין זיידע איז געווען אן אייניקל פון בעל תוספות יום טוב האט זיך געצויגן פון רוסלאנד קיין קאלוש אין געגענט פון סטאניסלאוו אין גאליציע. דארטן האט משדך געווען זיין זון – רבי יוסף, מיט א ארימער טאכטער, אין מיט דער עצה פון רבי חיים צאנזער, האבן מאן און ווייב געבליבן וואוינען אין דעם הויז פון זייערע באזונדערע עלעטרן. אין יאר ה'תק"ה איז געבוירן רבי אריה וואס איז געגאנגען וואוינען אין הויז פון זיין טאטן אבער זיין ברודער – רבי יהודה, איז געבליבן וואוינען מיט דער מאמע.

אין זיין יוגנט האט ער געדינט אלס רב אין שטאט ראזינטאב. ער האט געלעבט מיט מורה'דיגער ארימקייט און דחקות . און ווינטער איז ער געזיצן א גאנצן טאג אין בעט צוגעדעקט פון די שרעקליכע פראסט, און געשריבן זיין ספר "קצות החושן". נאך דעם וואס ער האט גענדיגט שרייבן דעם ספר איז ער אנגעקומען צו רבי צבי הירש צו נעמען זיין הסכמה. רבי צבי האט געקווענקלט אים צו געבן די הסכמה, און אים פארבעטן ער זאל צוריקקומען אויף מארגענס. רבי אריה איז דאן געווען רב פון סטרי. צומארגענס הערט ער ווי דער גבאי פון בית המדרש ליידנט איין דעם ציבור צו אן הכנסת ספר תורה וואס וועט ארויסגיין פון הויז פון רבי צבי. אזוי ווי רבי אריה האט זיך דערנענטערט צו רבי צבי כדי אים צו קושן דעם העמד, האט רבי צבי אויפגעהויבן די עק פון זיין העמד און צו אלעמענס וואונדער איז דאס געווען דער כתב היד פון רבי אריה – "קצות החושן".

פאר זיין הסתלקות אין יאר ה'תקע"ג האט ער געדינט אלס רב אין סטרי, דארטן האט ער אויך געפירט א ישיבה.

פון זיינע ספרים: • אבני מילואים: אויף שלחן ערוך אבן העזר. • משובב נתיבות. • קצות החושן. • שב שמעתתא.

וועבלינק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!