רוי:עמון

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עמון איז געווען א לאנד און פאלק אין דער צייט פון תנ"ך אין עבר הירדן. דער הויפטשטאט איז געווען רבת עמון.

לויט דעם ספור פון חומש[1] איז דער שטאט-פאטער פון עמון געווען דער זון פון לוט, געבוירן פון זיין טאכטער נאך דער איבערקערעניש פון סדום. די תורה באפעלט פאר אידן נישט אנצונעמען קיין גרים פון עמון און נישט מתחתן זיין זיך מיט די עמונים[2].

דער שופט יפתח האט געפירט א מלחמה קעגן די בני עמון און זיי באזיגט[3]. אויך דוד המלך האט געפירט מלחמה קעגן עמון, און יואב האט איינגענומען די הויפטשטאט רבת עמון[4]. שפעטער אין דער צייט פון בית ראשון זענען פארגעקומען אפטע מלחמות צווישן אידן און עמון. די נביאים ירמיהו[5] און יחזקאל[6] האבן נבואות געזאגט אויף דער מפלה פון עמון.

אין נחמיה[7] געפינען מיר, אז טוביה העמוני האט געשטערט די אידן אויפצובויען ירושלים. עס ווייזט אויס, אז אסאך פון די עמונים זענען אסימילירט געווארן צווישן אידן, איבערהויפט נאכדעם ווי דאס לאנד איז גענצליך איינגענומען געווארן דורך אידן אין דער צייט פון די חשמונאים. היינט איז די שטאט "אמאן" די הויפטשטאט פון דעם אראבישן לאנד ירדן.

רעפערענצן

  1. בראשית יח
  2. דברים כג
  3. שופטים יא
  4. שמואל ב' ח
  5. ירמיה מט און אנדערע ערטער
  6. יחזקאל כה
  7. נחמיה ב און אנדערע ערטער
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!