המכלול:פארלאמענט

פון המכלול
ווערסיע פון 19:31, 26 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט באוועגט בלאט המכלול:מועצת צו המכלול:פארלאמענט אן לאזן א ווייטערפירונג: אידיש)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פארלאמענט
המועצת  

דער פארלאמענט פון המכלול איז דאס פלאץ וואו עס ווערן אפגעהאלטן אפשטימונגען אויף די פרינציפן פון המכלול, אויסער די פרינציפן וואס זענען געווארן אוועקגעשטעלט דורך די וועד הרוחני, אין די צייט וואס אנדערע אפהאנדלונגען קומען פאָר אין דיסקוסיע זאַל אדער אין אנדערע בלעטער. דער אלגעמיינער בליק פון המכלול איז צו פארמיידן אפשטימונגען ווי ווייט מעגליך און פרובירן צו קומען צו א ברייטע צושטימונג אָן אפהאלטן וואַלן, ווייל דאס באצווינגט דעם דעה פונעם מאַיאָריטעט איבער'ן מינאריטעט. דאך, מאכן זיך צומאל עלעמענטארע מיינונגס פארשידנהייטן וואס מען קען נישט אנטשיידן בלויז דורך א דיסקוסיע, און דאן פארלאנגט זיך אן אפשטימונג.

די דיסקוסיעס זענען געמאכט צו אוועקשטעלן די פרינציפן פון המכלול. ווען מען פארענדיגט א דיסקוסיע ווערט אפגעהאלטן אן אפשטימונג. די אויסגאנג פון די וואלן איז מחייב יעדעם און לויט זיי ווערט אוועקגעשטעלט די פרינציפן. ווען מען הייבט אָן אַן אפשטימונג דארף מען דאס אויסרופן. די דיסקוסיעס און אפשטימונגען וועלן ווערן אפגעהאלטן אינעם "טשעמבער" זאל אין א סוב-פּאראגראף.

כללים פון די אפשטימונגען

  • פריע דיסקוסיע – פארשלאג וועט ווערן אריבערגעפירט צו די פארלאמענט נאר נאך א לענגערע דיסקוסיע פון פריער (ווי שפעטער אויסגעשמועסט).
  • עפענען אַן אפשטימונג – ביים עפענען אן אפשטימונג, דארף ווערן אנגעצייכענט פון אנהייב די דאטום און צייט פון די עפענונג.
  • שטים בארעכטיגטע – נאר א באניצער מיט 100 רעדאגירונגען אין הויפט געביט אדער רוי, קאטעגאריע, טעקע, יחידה, און מוסטער געביטן אין די 90 טעג איידער די אָנהייב פון אָפּשטימונג (רעדאגירן שמועס בלעטער וכדומה – רעכענען נישט) און 30 טעג פון טעטיגקייט האט די רעכט צו שטימען. יעדע שטימע איז גלייך צום אנדערן, סיידן עס איז קלאָר אַז עס איז אַ שטרוי ליאַלקע אדער א טראָל.
  • מינימום באטייליגטע – כדי די באשלוס זאל זיין מאסגעבנד, דארפן כאטש 5 רעדאקטארן זיך באטייליגן אין די וואלן.
  • אפשטימונג צייט-אפשניט – די צייט-אפשניט פון אן אפשטימונג איז פונקט א וואך.
  • מינימום צייט-אפשניט ביז ווידער אפשטימונג – די מינימום צייט-אפשניט ביז'ן אפהאלטן ווידער-וואלן איז צוויי חדשים.
  • אפשטימונגען וואס דארפן איבערוויגנדע מערהייט – צו טוישן אדער צוריקצוען פרינציפן וואס זענען געווארן אוועקגעשטעלט אין די פארגאנגענהייט אין פארלאמענט דארף מען האבן אן איבערוויגנדע מערהייט פון 65% פון די וואלן באטייליגטע (רעכנט נישט אריין אפוועזנדע). אנדערע אפשטימונגען אין פארלאמענט דארפן נאר אן איינפאכע מאַיאָריטעט. אויב עס מאכט זיך אז די אויסגאנג איז גלייך פאלט די פארשלאג.

אופן פון שטימען

ביים באַשליסן צווישן מער ווי צוויי אָפּציעס, נוצט מען די מידיאַן אָדער די שולץ שיטה, לויט די ערקלערונגען אין המכלול:פארלאמענט/הכרעה.

כּללים פאַר עפענען אן אָפּשטימונג אין פּאַרלאַמענט
איידער א פארשלאג ווערט ארויפגעברענגט צום פארלאמענט, דארף ווערן אוועקגעשטעלט איר נוסח אין דיסקוסיע זאַל און קלייבן 4 חתימות פון שטים-בארעכטיגטע באניצער וואס זאלן דערקלערן זייער צושטימונג צו די פארשלאג אין די וועג ווי עס איז געשריבן. פון ווען עס ווערט געטעגט {{בעלי זכות הצבעה}} אין דיסקוסיע זאַל, וועט ווערן געגעבן א צייט-אפשניט פון ווייניגסטענס דריי טעג (72 שעה; נישט אריינגערעכנט שבתות און ימים טובים) פאר באניצער צו זאגן זייערע הערות אויף די נוסח פונעם פארשלאג. די הערות וועלן צום ביישפיל אויפפאסן אויף פאלן וואס זענען נישט געווארן גענומען אין באטראכט, אויף פאלן פון פארשלאגן וואס די אפציעס זענען זיך סותר, אויף די ריכטיגע וועג וויאזוי די אפשטימונג זאל ווערן אפגעהאלטן לויט די פארלאמענט פרינציפן (למשל, וועלכע סארט מאַיאָריטעט עס פארלאנגט זיך צו ווערן אנגענומען) און דאס גלייכן. נאר אין פאל עס זענען נישט געטראפן געווארן ערנסטע פראבלעמען אין די נוסח פון די פארשלאג, און די פארשלאג איז אראפגעלייגט אויסגעהאלטן, קען א סיסאפּ עפענען אן אפשטימונג אין פארלאמענט. סיסאפּן קענען יא עפענען אן אפשטימונג אן דורכגיין דעם פראצעדור.