רוי:מייקל פאראדיי

פון המכלול
ווערסיע פון 17:10, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מייקל פאראדיי
הויפט ביישטייערן
האט אנטפלעקט עלעקטראמאגנעטישע אינדוקציע
האט אנטדעקט בענזען
מייקל פאראדיי אין זיינע עלטערע יארן

מייקל פאראדיי FRS (ענגליש: Michael Faraday; ‏22סטן סעפטעמבער 1791-25סטן אויגוסט 1867) איז געווען א בריטישער פיזיקער און כעמיקער וואס האט בײַגעשטײַערט צו די פעלדער פון עלעקטראמאגנעטיזם און עלעקטראכעמיע. ער איז געווען איינער פון די מערסט איינפלוסבאר וויסנשאפטלער אין דער היסטאריע.

דורך זיין פארשן דאס מאגנעטישע פעלד ארום א דורכפירער וואס טראגט א דירעקטן שטראם, האט פאראדיי פעסטגעשטעלט דעם באגריף פון אן עלעקטראמגנעטישן פעלד אין פיזיק. אויך האט פאראדיי פעסטגעשטעלט אז מאגנעטיזם קען האבן א השפעה אויף ליכט-שטראלן. אזוי אויך האט ער אנטפלעקט די פרינציפן פון עלעקטראמאגטענישער אינדוקציע און דיאמאגנעטיזם, און די געזעצן פון עלעקטראליז. אין 1821 האט ער געמאכט דעם ערשטן עלעקטרישן מאטאר.

אין כעמיע האט פאראדיי אנטדעקט בענזען, און ער האט ערפינדן א פריערע פארעם פון דעם בונזן ברענער.

די עיקר כללים פון עלעקטראמאגנעטיק הייסן פאראדיי'ס כללים אויף זײַן נאמען.

ער איז געווארן דירעקטאר פון דער קעניגלעכע אינסטיטוציע נאך סיר האמפרי דייווי.

מוסטער:ביא-שטומף