רוי:הורדוס אנטיפאס

פון המכלול
ווערסיע פון 15:35, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קעניגן און געוועלטיגער מבית הורדוס

הורדוס אַנטיפאַטער (גריכיש: Ἡρῴδης Ἀντίπατρος, Hērǭdēs Antipatros; געבוירן פריער פון 20 פאַר דער ציווילער רעכענונג – געשטאָרבן נאָך 39 לויט דער ציווילער רעכענונג), באַקאנט מיטן בײַנאמען אַנטיפאַס, איז געווען אן ערשטן־יאָרהונדער הערשער איבער גליל און פעראיע.

פריצײטיקע לעבן

הורדוס אַנטיפּאַס איז געבוירן געװאָרן צו מלך הורדוס און איינער פון זײַנע װײַבער, מאַלטאַסע, אין בערך 20 יאָר פאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג (אצ"ר).

מען ווייסט נישט קיין סך וועגן זײַן קינדהייט, אָבער משמעות, אַז האָט ער זיך געלערנט הלכה און העלעניזם, ווי אויך האט ער פארברענגט אין רוים אסאך, ווי דער שטייגער אין יענע תקופה צווישן פרינצן.

די לענדער פון אַנטיפּאַס

דער מלך הורדוס (דער פאָטער פון אַנטיפּאַס) איז פאַרנאַנט פאַר זײַן גרױזאַמקײט צו דער משפּחה און פאָלק. ער האט חושד געװען די משפּחה, גלײבנדיק, אַז זײ האָבן אים געװאָלט אַראָפּזעצן. במילא, האָט ער דערהרגט אָדער אײַנגעזעצט אין תּפיסה עטלעכע משפּחה־גלידער, און האָט געביטן זײַן צװאה כּפל־כּפלים. מיט דער צײַט, איז הורדוס אַנטיפּאַס באַשטימט געװאָרן צו ווערן דער מלך אין דער צװאה. פון דעסט װעגן, בערך פיר אָדער פינף טעג פאַר דעם טױט פון מלך הורדוס, האָט ער אַוועקגענומען אַנטיפּאַס פון דער צװאה, און האָט באַשטימט אַן אַנדער זון, הורדוס אַרקילאַוס, צו װערן דער מלך.

נאָך דעם טױט פון הורדוס, האָט אַנטיפּאַס געזעגלט קיין רױם אינאיינעם מיט הורדוס'נס אנדערע קינדער, כּדי אָפּצופרעגן די צװאה. דער קייסער, אויגוסטוס, האָט באַשלאָסן צו געבן אַרקילאַוס די פּראָװינצן יהודה, שומרון און אדום. צו אַנטיפּאַס האָט דער קייסער געגעבן דעם גליל און דאָס עבֿר־הירדן (פּערעאַ), ווען קיינער פון זיי איז נישט געווארן געקרוינט אלס קעניג, ארקילאוס איז באשטימט געווארן אלס עטנארך (נשיא) און אנטיפאס אלס טעטרארך (געגנטליכע מושל).

אין זײַנע לענדער, האָט הורדוס אַנטיפּאַס באַפעסטיקט און געבויט דריי שטעט, איינס אין אונטער גליל -ציפורי און צוויי אין עבר הירדן, יולאס און ליוואס (זענען מיט די צייט געווארן דערפער און מער נישט באוווינט). ער האָט דערנאך געגרינדעט אַ נײַע שטאט און באשטימט אלס זיין הױפּטשטאָט, טבריה, בײַם ים־כּנרת אין 20 אָדער 21 אצ"ר.

אַנטיפּאַס האָט חתונה געהאַט מיט אַ נאַבאַטישער פּרינצעסין, פאַסאַעליס. מיט דער צײַט, האָט ער זיך אײַנגעליבט אין אַ הורדוסישער פרױ, העראָדיאַס. העראָדיאַס האָט אַנטיפּאַס צוגעזאָגט אַז זי װאָלט חתונה געהאַט מיט אים, אױב ער װאָלט אָפּגעגט מיט פאַסאַעליס. צום באַדױערן פאַר אַנטיפּאַס, פאַסאַעליס האָט דערהערט דעם פּלאַן, און האָט געבעטן אַנטיפּאַס צו פאָרן קײן נאַבאַטעאַ כּדי צו גאַסט בײַ איר פאָטער, דער קעניג חאַרעטאַט (חרתת אױף אַראַמיש). אַנטיפּאַס האָט דערלאָזט איר צו פאָרן, און זי האָט געזאָגט איר פאָטער די מעשׂה. חאַרעטאַט האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַנטיפּאַס, און דער קעניג איז בײַגעקומען אַנטיפּאַס.

דער גירוש פון אַנטיפּאַס

אין בערך 39 אצ"ר, האָט אגריפס דער ערשטער, דער שװאָגער פון אַנטיפּאַס, באַקומען די די הערשאפט איבערן גולן, בשן און די חורן, ערטער וואס האט געהערט צו פיליפוס און איז ערקלערט געווארן אלס קעניג איבער די טעריטאריעס. האָט העראָדיאַס דערטריבן אַנטיפּאַס צו פרעגן דעם נײַעם קייסער גײַוס קאַליגולע פאַר אַ מלכות אױך. אַגריפּאַס געפעלט דער פּלאַן נישט. ער האָט באַשולדיקט אַנטיפּאַס אין פאַרשײדענע פאַרברעכנס צום קייסער. קייסער האָט געגלייבט אַגריפּאַס. הורדוס אַנטיפּאַס איז פארטריבן געװאָרן קיין פראַנקרײַך אָדער שפּאַניע (די שטאָט Lugdunum אױף לאַטײַן). אגריפס האט דערנאך באקומען פון קאליגולע די ראיאנען אונטערן הערשאפט פון אנטיפס, די גליל אין עבר הירדן.

הורדוס הויז קעניגן און געוועלטיגער

יוליוס אגריפספיליפוסארכלאוסהורדוס