גאַמאַ (אייבערשטער פאל Γ, אונטערשטער פאל γ; גריכיש: γάμμα) איז דער דריטער אות אין דעם גריכישן אלפאבעט. אין דער סיסטעם פון גריכישע נומערן האט ער דעם ווערט 3. ער שטאמט פון דעם גימל אין כתב עברי . די לאטיינישע בוכשטאבן C און G און די קירילישע בוכשטאבן Г און Ґ קומען פון גאמא.