רוי:רבי אבא

פון המכלול
ווערסיע פון 12:40, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אבא איז געווען אן אמורא אין דעם דריטן דור פון די אמוראים.

רבי אבא א תלמיד פון רב הונא, רב יהודה און פון אביי [1]

ער איז געווען א חבר און א תלמיד פון ר' אמי, עס איז באקאנט מיט איהם די סוגיא נסכא דר' אמי (ב"מ כד:).

די גמרא זאגט (מס' שבועות) די הלכה בלייבט ביי דיני ממונות ווי ר' אבא וויבאלד ער איז א דיין פון ארץ ישראל און איז נחית לעומקא דדינא, ער גייט אריין אין די טיפעניש פונעם דין.

פאר ער איז ארויף פון ארץ ישראל קיין בבל, האט ער זיך נישט נישט געוואלט באווייזן פאר זיין רבי / חבר ר' יהודה, ווייל ר' יהודה האלט אז מען טאר נישט ארויף גיין פון בבל קיין ארץ ישראל, וויבאלד ירמי' הנביא האט געזאגט פאר אידן בבלה יובאו (ברכות כד.). ער האט מתפלל געווען פאר ער איז ארויף קיין ארץ ישראל יהא רעוא דאימא מילתא דמתקבל (ביצה לח.) השי"ת זאל העלפן איך זאל זאגן זאכן וואס מיינע חברים זאלן גלייכן.

ער איז דערנאך צוריק געגאנגען קיין בבל, ווייל מען געפונט אים דערנאך אין בבל (חולין מג:).

יעדן ערב שבת האט ער געקויפט פון דרייצן פלייש געשעפטן פלייש לכבוד שבת, ער האט נישט געוואלט אז די פלייש געשעפטן זאלן בלייבן מיט פלייש, ווייל דעמאלטס וועלן איבער א וואך צושטעלן ווייניגער פלייש פאר שבת פארן ציבור, דעריבער האט ער אפגעקויפט אלע איבעריגע פליישן (שבת קיט.).

אויך איז געווען מיטן נאמען אבא:

  • אבוה דשמואל, דער פאטער פון דעם אמורא שמואל
  • רב אבא, אן אמורא אין זעקסטן דור, א חבר פון רב אשי.

רעפערענצן

  1. דער סדר הדורות זאגט אז דער ר' אבא איז אויך רבי אבא בר ממל.