רוי:קאסעוו

פון המכלול
ווערסיע פון 06:36, 29 סעפטעמבער 2013 דורך YI>פוילישער (←‏היסטאריע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

קאָסעוו (בעלארוסיש: Косава, פּויליש: Kosów Poleski) איז אַ שטעטל אינעם איוואַנצעוויטשער ראַיאָן פון דער בריסקער געגנט פון ווײַסרוסלאַנד. לויט די אָנגאַבן פונעם 1 יאַנואַר 2013 באַטרעפט די באַפעלקערונג פונעם שטעטל 1997 נפשות.

היסטאריע

אַ יישוב אויפן אָרט פון הײַנטצײַטיקן קאָסעוו האָט עקזיסטירט זינט X – XII יאָרהונדערט. די ערשטע געשריבענע דערמאָנונג וועגן דעם שטעטל געהערט צום 1494טן יאָר. דעמלט איז קאָסעוו געווען אין באַשטאַנד פונעם גרויסן ליטווישן פירשטנטום. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דעם שטעטל אינעם XVI יאָרהונדערט. זינט 1795 איז קאָסעוו געווען אינעם באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע. זינט די 80ער יאָרן פונעם XIX יאָרהונדערט זײַנען אין קאָסעוו געווען איינצײַטיק צוויי שטאָט-רבנים – הרב מנחם מענדל שערעשעווסקי און הרב שמריה יוסף קאַרעליץ, דער פאָטער פונעם חזון איש. לויט די אָנגאַבן פון דער רוסלענדישער פאָלקסציילונג פון 1897 זײַנען אינעם שטעטל געווען 3092 תושבים, צוויי דריטל פון זיי – ייִדן. בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, אין 1915 איז קאָסעוו אָקופּירט געוואָרן דורכן דײַטישן מיליטער. אין 1916 איז געשטאָרבן הרב שמריהו יוסף קאַרעליץ און דער שטאָט רב איז געוואָרן זײַן איידעם הרב אבא סוויאַטיצקי. אין 1919 איז קאָסעוו פאַרכאַפּט געוואָרן דורכן פּויליש מיליטער. אין 1922 איז הרב מנחם מענדל שערעשעווסקי עולה געווען קיין ארץ-ישראל און דער שטאָט-רב איז אָנשטאָט אים געוואָרן הרב יצחק קאַרעליץ (איטשעלע קאָסאָווער), אַ ברודער פונעם חזון איש.

אין 1939 איז דאָס שטעטל פאַרכאַפּט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי און אײַנגעשלאָסן געוואָרן אינעם באַשטאַנד פון דער ווײַסרוסישער סאָוועטישער סאָציִאַליסטישער רעפּובליק. אין 1942, בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע איז די ייִדישע קהילה פון קאָסעוו (חוץ יענע ייִדן, וואָס זײַנען אַנטלאָפן אין וועלדער צו פּאַרטיזאַנער) פאַרניכטעט געוואָרן. דעמלט זײַנען אומגעקומען אויך די ביידע שטאָט-רבנים. אין 1943 האָבן די פּאַרברענט דאָס שטעטל.

הײַנט-צו-טאָג איז אין קאָסעוו ניטאָ קיין ייִדישע באַפעלקערונג. די אַלגעמיינע באַפעלקערונג פונעם שטעטל (ווײַסרוסן און פּאָליאַקן) האָט אַ טענדענץ זיך צו פאַרקלענערן.


באַוווּסטע מענטשן, געבוירענע אין קאָסעוו

  • טאַדעוש קאָסטיושקאָ (1746 – 1817), דער פּוילישער נאַציִאָנאַלער העלד, דער אָנפירער פונעם אויפשטאַנד פון 1794 קעגן די רוסן, איז געבוירן געוואָרן אין אַ מאַיאָנטעק, וואָס געפינט זיך אַ האַלב-קילאָמעטער פון קאָסעוו.
  • הרב אברהם ישעיהו קאַרעליץ ("חזון איש", 1878 – 1953).


וועבלינקען