רוי:סאנדאנס
סונדאַנס פֿילם פֿעסטיוואַל (ענגליש: Sundance Film Festival) איז דער גרעסטער זעלבשטענדיגער פילם-פֿעסטיוואַל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
דער פעסטיוואל קומט פאר אין די צוויי שטעט פארק סיטי און סאלט לייק סיטי, אין יוטא איין מאָל אַ יאָר אין יאנואר, אוואו עס ווערן אויפגעשפילט די בעסטע נייע פילמען, קורצע און לענגערע, און ענליכעס.
צווישן א צאל פון איבער פיר טויזנט נייע פילמען, ווערט אויסגעקליבן ביילייפיג העכער 60 בעסטע פילמען, און דאס ווערט מיינסטנס געצייגט ביים טייערן פעסטיוואל. עס ווערט געשאצט, אז ווען מ'זאל אויסציען אלע פילמען וואס ווערן אויפגעשפילט דארט, וועט עס זיין 3000 מייל לאנג.
דער פֿעסטיוואַל ערהאַלט א פאַרמעסט, צווישן די גאר בעסטע דראמעס און אייגנ'פראדוצירטע דאָקומענטאַריעס, און לויט דעם ווערט געשאנקן די אויסצייכענונגען. אבער עס ווערט אויך פארטיילט געוויסע פרעמיען, נישט אין ציל פונעם פארמעסט.
די 10-טאָג פֿעסטיוואַל ברענגט איבער 50,000 באטייליגער, צו פּאַרק סיטי, יוטאַ, יעדעס יאר אום יאנואר, צו פייַערן די פאכמאנישע אַרבעט, פון די צענדליגע אומאפהענגיקע געשיכטע ערציילונגען אין פילם.
היסטאריע
דער פֿעסטיוואַל נאמען 'סונדאנס', ווערט גערופן נאָכן פילם כאַראַקטער אינעם פילם: 'בוטש קאַסידי און דאס סונדאַנס קינד' (Butch Cassidy and the Sundance Kid), וואס דער גרינדער פון דעם פעסטיוואל - דער אַקטיאָר און דירעקטאָר ראבערט רעדפֿארד, האט אין דעם געשפילט.
אין 2016, האט דער פֿעסטיוואַל געצויגן 46,600 באטייליגטע, וואס האט געשאפן 143.3 מיליאן דאלאר, אין די עקאָנאָמישע טעטיקייט אין יוטא, און געבט 1400 לאקאלע ארבייטס מיטלען.
פֿאַרן 2017 פֿעסטיוואַל, זענען 113 לענגערע פֿילמען געווארן אויסגעקליבן, פארטרעטנדיג 32 לענדער, און 37 ערשטער-מאָל פילם-מאַכערס, דערין זענען פארהאנען 20 אין פאַרמעסט.
די פֿילמען זענען אויסגעקליבן פון 13,782 איינגעגעבענע פילמען, דערין 4,068 לענגערע פֿילמען און 8,985 קורץ-פֿילמען. 2,005 לענגערע פילם פון די פאראייניגטע שטאטן, און 2,063 זענען געווען אינטערנאַציאָנאַלער פילמען. אַכט און נייַנציק פֿילמען אין דער פֿעסטיוואַל וועט זיין וועלט פּרעמיערן.
אין יאר 2017 איז דער יידישע פילם, מנשה, אויך געווארן אויסדערוועלט, אינעם קאטעגאריע 'נעקסט' - אייגענע פילמען; צווישן די זעכציג אויסדערוועלטע לאנגע פילמען, און זיך אויסגעצייכנט אלץ איינס פאר די בעסטע פילם אינעם פעסטיוואל.