רוי:יוסף פערל

פון המכלול
ווערסיע פון 22:30, 1 מערץ 2026 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יוסף פערל (1773–1839) איז געווען א צענטראלע פיגור אין דער גאליציאנער השכלה, א באקאנטער שרייבער, און א פיאנער אין מאדערנער יודישער בילדונג. ער איז מערסטנס באקאנט פאר זיינע שארפע סאטירישע ווערק קעגן דער חסידישער באוועגונג, און פארן שרייבן דעם ערשטן העברעאישן ראמאן, "מגלה טמירין".

ביאגראפיע און יונגע יארן

יוסף פערל איז געבוירן געווארן אין טארנאפאל, גאליציע (היינט אוקראינע), אום כ"א חשון תקל"ד (1773), צו א רייכער סוחר-משפחה. זיין פאטער, טודרוס פערל, איז געווען א וויין-הענדלער און א קהילה-פירער וועלכער האט געהאט די ארענדע אויף דעם פלייש-שטייער. טודרוס איז געווען א שומר מצוות וואס האט געהאט א שטארקע נטיה קעגן חסידות. יוסף האט באקומען א טראדיציאנעלן חינוך און געלערנט תורה און תלמוד. טראץ זיין פאטער'ס ווידערשטאנד, איז ער אין זיין יוגנט געווארן צוגעצויגן צו חסידות און האט געלערנט קבלה און חסידישע ספרים און פלעגט פארן צו חסידישע רביים און כאפן שיריים.

אין יאר 1787, ביי די 14 יאר, האט ער חתונה געהאט און איז געבליבן וואוינען ביי זיין פאטער אויף קעסט. שפעטער האט ער אנגעהויבן פאָרן פאר געשעפטן קיין וויען און אנדערע שטעט, וואו ער איז געקומען אין קאנטאקט מיט משכילים, ספעציעל אין בראד. דורך די באגעגענישן, און ספעציעל אונטערן איינפלוס פון דב בער גינצבורג און מנחם מענדל לעפין (סאטאנאווער), האט ער איבערגעלאזט חסידות און געווארן אן עקסטרעמער קעגנער צו דער באוועגונג. ביסלעכווייז האט פערל אנגעהויבן באטראכטן חסידות אלס א פאנטאסטישע און שעדליכע סעקטע וואס האלט צוריק דעם אידישן פאלק פון פראגרעס.

ליטערארישע שאפונג

פערל'ס ליטערארישע קאריערע איז געווען געווידמעט צו באקעמפן חסידות דורך סאטירע און פאראדיע. ער האט געשריבן אין העברעאיש, יודיש, און דייטש. זיין וויכטיגסטער ארבעט איז "מגלה טמירין", וואס איז ערשינען אין וויען אין יאר 1819 אונטערן פסעוודאנים "עובדיה בן פתחיה". דאס בוך איז געשריבן אלס א זאַמלונג פון 151 בריוו צווישן חסידים, וואס זענען געשריבן אין א משובש'דיגער העברעאישער שפראך צו חוזק מאכן פון דעם חסידישן סטיל, פון זייערע גלויבנס, מנהגים און זייער שפראך. דאס בוך איז געווען אזוי גוט נאכגעמאכט, אז פילע חסידים האבן אנהייב געמיינט אז עס איז אן אמת חסידיש ספר. פערל אליין האט איבערגעזעצט דאס בוך אויף יודיש כדי עס זאל זיין צוגענגליך פארן המון עם.

אנדערע וויכטיגע ווערק זענען:

  • על מהות כת החסידים (1816): זיין ערשטע גרויסע ווערק איז געווען א דייטשע אפהאנדלונג געשיקט צום גובערנאטאר פון גאליציע, וואו ער פרובירט אויפצווייזן אז חסידות איז א שעדליכע סעקטע באזירט אויף זייערע אייגענע ספרים. דאס בוך איז נישט דערלאזט געווארן דורך דער צענזור אין זיין צייט אבער איז געווען א יסוד פאר זיינע שפעטערדיגע ספרים.
  • בוחן צדיק (1838): א המשך צו "מגלה טמירין" וואו פערל קריטיקירט נישט בלויז חסידים נאר אויך רבנים, סוחרים און אפילו משכילים, און זוכט נאך אן אמת'ן "צדיק" (ערליכן מענטש).
  • דברי צדיקים (1830): א פאראדיע געשריבן אינאיינעם מיט יצחק בער לעווינזאן.

בילדונג-רעפארם

אין יאר 1813 האט פערל געגרינדעט אין טארנאפאל די ערשטע מאדערנע יודישע שולע אין גאליציע, די "דייטש-איזראעליטישע הויפטשולע", וואס האט געארבעט אין דעם גייסט פון דער השכלה. אין דער שולע האט מען געלערנט סיי אידישע לימודים ווי תנ"ך און גמרא, און סיי וועלטליכע לימודים ווי מאטעמאטיק, געאגראפיע, היסטאריע און נאַטור-וויסנשאפט אין די דייטשע שפראך. די שולע איז געווען אפן פאר סיי אינגלעך און סיי מיידלעך, וואס איז געווען א גרויסע חידוש אין יענער צייט. די שולע איז געווען אפיציעל אנערקענט דורך די עסטרייכישע מאכט, און פערל האט אליין פינאנצירט א גרויסן טייל פון די הוצאות און אנגעפירט די שולע ביז זיין טויט. פאר זיין ארבעט אין בילדונג האט ער באקומען עטליכע מעדאלן פון די רוסישע און עסטרייכישע רעגירונגען. ער האט אויך אויפגעבויט א שיינעם טעמפּל לעבן דער שולע מיט אן ארגעל און א כאָר, וואס חסידים האבן באטראכט אלס "טומאה"[1].

קאנטראווערסיעס און הלשנות

פערל האט געפירט א מלחמה קעגן חסידות נישט נאר דורך שרייבן, נאר ער האט זיך אקטיוו באנוצט מיט די מאכט פון דער רעגירונג צו באגרעניצן די באוועגונג. ער האט געשיקט פילע מעמאראנדומס צו די עסטרייכישע באאמטע, פארלאנגענדיג צו פארמאכן חדרים און ישיבות, צענזורירן חסידישע ספרים, און פארבאטן פארזאמלונגען אין מקוואות, און אפילו שליסן חדרים און ישיבות וואס ער האט גערופן "נעסטן פון דעמאראליזאציע". אין יאר 1827 האט ער געמסר'ט רבי צבי הירש פון זידיטשוב, וואס האט גורם געווען ער זאל פארטריבן ווערן פון שטאט זבארזש. צוליב די פעולות איז ער געווארן באקאנט אין דער חסידישער וועלט אלס "יוסף המלשין". חסידים האבן אים שטארק פיינט געהאט און פארשפרייט לעגענדעס וועגן זיין גורל אין יענער וועלט.

פטירה און ירושה

יוסף פערל איז געשטארבן אין טארנאפאל אום שמחת תורה, כ"ג תשרי ת"ר (אקטאבער 1839). עס ווערט דערציילט אז די חסידים אין גאליציע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט פון יום-טוב און געטאנצט אויף זיין פרישן קבר אלס נקמה פאר זיינע רדיפות.

נאך זיין טויט איז זיין רייכע ביבליאטעק פון ארום 4,000 ספרים און פילע כתב-יד'ן געבליבן אין זיין שולע. רוב פון די ספרים זענען פארניכטעט געווארן בשעת'ן חורבן, אבער א טייל פון זיין ארכיוו איז שפעטער אנגעקומען קיין ירושלים און געדינט אלס א יסוד פאר פארשונגען איבער דער השכלה און חסידות. פערל ווערט היינט באטראכט אלס איינער פון די גרינדער פון דער מאדערנער העברעאישער און יודישער ליטעראטור.

  1. יודישע נשמות (הורוויץ, ש), 8.