רוי:באדן

פון המכלול
ווערסיע פון 21:44, 27 נאוועמבער 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באדן


באדן (אדער ערד) איז א קאמבינאציע פון שטיין, שטיקלעך מינעראל געשאפן דורך וועטער (ווינט, רעגן, זון, שניי) און ארגאנישער מאטריאל, וואסער, און לופט. באדן איז דער טייל פון דער ערד וואו פלאנצן קענען וואקסן.

אקסיסאל

אקסיסאל

אקסיסאל (ענגליש: Oxisol) איז א מין באדן פון דער באדן סיסטעם פון דער ארגיקולטור דעפארטאמענט פון די פאראייניגטע שטאטן. צום מערסטן, ווערט אקסיסאל געפונען אין רעגנוועלדער, וואס זענען במשך 15–20 גראַד אויף צפון און דרום זייט פונעם עקוואטאר.

די עיקר'דיגע טיילן פונעם שאפונג פון אקסיסאלן זענען דער וועטער, ארגאנישע מאטעריאלן און פארמישונג ביי בעלי חיים. אקסיסאלן זענען אייביג פון א רויטן אדער געלן קאליר, ווארום זיי האבן א גרויסע קאנסענטראציע פון אייזן און אלומיניום. זיי אנטהאלטן אויך קווארץ, קאאלין און ליים.

אקסיסאל ווערט אפט געניצט צו וואקסן קאקאא. אין טייל פעלער, וואקסט מען דערויף רייז. אין בראזיל ניצט מען מאדערנע מעטאדן צו וואקסן דערויף סויע בונדלעך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!