דרעפט:ליפא שמעלצער
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
אלעזר ליפא שמעלצער (געבוירן ח' אדר ב' ה'תשל"ח, 17טן מערץ 1978) איז אן אמעריקאנער זינגער, מאדעל, גראמער, און קאמפאזיטאר. ער ווערט פאררעכענט אלס פון די מערסט פאפולערע זינגערס אין די חסידישע מוזיקאלישע וועלט, און אין די מאדערן-אידישער וועלט.
ער האט ארויסגעגעבן צענדליגער אלבומס, און האט אויפגעטרעטן אין פאפולערע אויפטריטן. ער איז אויסגעשטאנען קריטיק איבער זיין אריינברענגען מאדערנע מוזיק-סטילס אינערהאלב חסידישע מוזיק.
ביאגראפיע
ליפא איז אויפגעוואקסן אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן. אין א קינדער געבענטשטע שטוב, זייענדיג איינס-בעפאר-דער-יונגסטער קינד פון 12. זיינע עלטערן זענען געווען קריגס איבערלעבער, זיין פאטער ר' ראובן שמעלצער האט איבערגעלעבט דעם צווייטן וועלט מלחמה אלס יתומ'ל פון 13 יאר, דורכ'ן קאסטנער-צוג וואס האט אים געפירט קיין בערגן בעלזן און פון דארט צו די שווייץ. אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערענט אין דער ישיבה פונעם מאקאווער רבי'ן אין קרית אתא, וואו ער איז געווארן א הויז בחור, און די רעכטע האנט פונעם רב. ביז היינט איז ליפא שטארק פארערט אין מאקאווע, און ער פארדאנקט זיין הצלחה אין א ברכה פון מאקעווער רבי ביים אנהויב פון זיין קאריערע.
אום ה' אלול ה'תשנ"ח האט ער חתונה געהאט אין סקווירא צו מרים, פון וועם ער האט געהאט 4 קינדער. זיי האבן דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו. נאך שווערע קריטיק פון סקווירא קהילה אז זיינע אויפטריטן זענען נישט אין איינקלאנג מיט די ארטיגע חסידישע אטמאספערע האבן זיי זיך אוועקגעצויגן קיין עירמאנט, דארט האט ער געבויט א שול. מיט די יארן האט ער זיך דערווייטערט פון די חרדישע געמיינדעס, ער פלעגט זיך לאזן הערן איבער דעם אויפן אינטערנעט. זיינע קינדער האט ער געשיקט צו מאדערן ארטאדאקס מוסדות.
אין יאר 2018 האט ער ערהאלטן א צווייטער שטאפל דעגרי אין פסיכאלאגיע פון קאלאמביע אוניווערזיטעט. אין יענעם יאר איז ער אריבער פערזענליכע שוועריגקייטן, צווישן אנדערן האט ער אפגע'גט זיין ווייב, און ער האט געשטעלט זיין הויז און שול צום פארקויפן[1], דאס איז געקומען אין א תקופה פון זיין פאטער'ס פטירה, וואס איז נפטר געווארן אום כ"ז אלול תשע"ו[2]. די אומשטענדן האבן אים געברענגט זיך צוריקגעקערן צום חסידישן לעבנסשטייגער און לבוש. שפעטער האט ער זיך אריינגעלייגט אין קונסט-מאלערייען, און האט ארויסגעשטעלט מעסעדזשעס ווי ער טיילט מיט זיינע אינערליכע געפילן איבער זיין שווערע פארגאנגענהייט, און איבער די היילונג פראצעדורן וואס ער גייט אדורך.
מוזיקאלישע זשערני
זייענדיג צען יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס. ער האט געזינגען אויף דעם אלבום 'שופר של משיח' ארויסגעגעבן דורך זיין ברודער זושא שמעלצער, און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע. מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגענעם וועג. ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק, און האט געווינען שבחים פון פיל מוזיק קריטיקער.
ער האט אנגעהויבן מיט גראמען ביי חתונות פון חברים נאך אלס בחור, און פון דארט האט ער אנגעהויבן צו זינגען אויף חתונות. פון דארט איז ער געווארן באקאנט אלס וואונדעליכער קונסטלער און אויפטרעטער, און ער האט אנגעהויבן אויפטרעטן ביי חתונות בר מצוות און אוונטן. ער האט שוין ארויסגעגעבן איבער 15 אלבומס און פילצאליגע סינגלס און קליפס.
אין זיינע ערשטע יארן האט ער געדינט אלס מלחין פאר'ן סקווירער הויף, פאר וועם ער האט פארפאסט צענדליגער ניגונים וואס מען זינגט נאך ביז היינט. אזוי אויך פלעגט ער אויפטרעטן מיט גראמען ביי די שבע ברכות'ן פון דעם רבין'ס אייניקלעך. עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א"י בשעת דער רבי האט חתונה געמאכט, האט אים דער רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין, לאז כאטש איבער א ניגון. דעמאלטס האט ער פארפאסט א לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער: "אב הרחמן שמע קולינו" וואס עס ווערט געזינגען ביי די סקווירא חתונות. ווי אויך האט ער געגראמט ביי הרב אלישיב.
מיט די יארן האט ער אנגעהויבן אויפטרעטן אויף פארשידענע טעארטער-סטיל קאנצערטן, און זיינע ניגונים האבן אנגעהויבן זיל מער און מער נייגן צו מאדערנע סטילן, מיט זיין דערווייטערונג פון חסידישן לעבנסשטייגער זענען זיינע אויפטריטן זענען געווארן מער פארשפרייט אין די מאדערנע וועלט. אין יוני 2012 האט ער ארויסגעגעבן א קליפ אויפן ניגון "Hang Up The Phone" פון זיין אלבום "אמונה", פארשטעלט אלס ראבאט.. אין דעצעמבער 2015 האט ליפא געזונגען אין דער יערליכער ווייסע הויז חנוכה מסיבה, און צוגעזאגט פרעזידענט באראק אבאמא א געשאנק, א גאלדענע און זילבערנע יארמולקע. אין מאי 2016 איז שמעלצער געפארן קיין וואשינגטאן די.סי. און איבערגעגעבן פאר אבאמא די צוגעזאגטע געשאנק פון א גאלדענע און זילבערנע יארמולקע.
אין דעצעמבער 2016, האט שמעלצער געזינגען "גאט בענטש אמעריקע" ( א יידישע ווערסיע פון "God Bless America") אין ברוקלין בארא זאל ביי דער איינשווערונג פון ניו יארק ציווילער ריכטער רחל פרייער, די ערשטע חסידישע פרוי צו ווערן דערוויילט א ריכטער אין די פאראייניגטע שטאטן.[3]
האט זיך שמעלצער ארויסגעשטעלט אלץ 'סעמפלער' פאר דער צייטונג 'בקהילה' וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס.
מיט זיין צוריקקער צום חסידישן לעבנסשטייגער זענען זיינע אויפטריטן בעיקר קאצעטרירט אין רייכע און פארגעשריטענע פרעפאמענצן אינערהאלב דעם חסידישע געזעלשאפטן.
קריטיק
ליפא שמעלצער האט זיך ערווארבן אלס איינער פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור, וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוט. ליפא האט דורכאויס די יארן געהאט די זכיה צו זינגען און מהנה זיין און האבן א קשר מיט גדולי הרבנים און אדמורי"ם, א שטייגער ווי: הרב רבי יוסף שלום אלישיב, הרב רבי עובדיה יוסף, דער טאהשער רבי, און רבי אברהם יוסף ראזענבלום, מיט וועם ליפא פלעגט לערנען בחברותא א לענגערע צייט.
אבער נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן אוועקבייגן זיין קאריערע צו אנדערע צילן, האט ער פארלוירן טויזענטער אנהענגער בעיקר פונעם פרומען חסידישן עולם. הוא ספג ביקורת על החדרת סגנונות מוזיקליים מודרניים ו'תכנים שלילים' לקהילה החסידית והחרדית. הוא החל לשיר בסגנונות מוזיקליים מגוונים, אך בעיקר פופ. כמקובל בענף, עיקר מילות השירים מן המקורות, עם תוספות ביידיש, בעברית או באנגלית. הופעותיו באותה תקופה היו תיאטרליות והופיע בתלבושות ססגוניות. במרץ 2009 (ניסן תשס"ט) הופיע במדיסון סקוור גארדן במופע גדול במיוחד שעורר התנגדות של רבנים חסידיים בארצות הברית. הדבר גרם לאחר מכן לביטול אירועים שאליהם הוזמן. באוגוסט 2012 הצטלם בקליפ עם חיילי הנח"ל החרדי כשהוא במדי צה"ל לשיר "מזרח מזרח"[6]. בדצמבר 2012 הוציא קליפ לחנוכה ובו שולבו צילומי נשים[7].
אין זוממער תשע"ח, האט ליפא פלוצלונג אנגעהויבן ווייזן סימנים אז ער דרייט צוריק דעם זייגער און וויל זיך צוריקקערן צו דער היימישער וועלט. שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די חסידישע, האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק, וואס דאס האט צוגעברענגט אז ער זאל גענצליך אפלאזן דעם חסידישן לעבענס שטייגער.
יעדן טאג וואס איז פארביי איז שמעלצער געווארן קעלטער צום פרומען לעבן, און ער האט זיך געטוישט לבוש, און פארשפרייט זיינע השפעות אויף דער אינטערנעט, און גערעדט אסאך קעגן דער חרדיש'ער סיסטעם.
ביז חודש אב תשע"ח, ווען פון איין טאג צום צווייטן האט זיך שמעלצער צוריק געטוישט, און אויפגעהערט ארומשיקן זיין שני וחמישי ווידעאס, און צוריק אנגעטוהן דעם חסידישן לבוש, צו די פרייד פון זיינע צענדעליגער טויזענטער אנהענגער פון דער חרדישער וועלט.
אלבומס
- נאר בשמחה (1999)
- שמע (2000)
- לטובה (2001)
- למרנן (ניגוני סקווירא)
- ליפא בדרך (2003)
- לעילא ולעילא (2004)
- פראיעקט x
- בלי עין הרע (קעניינעהארע) (2005)
- לקרוא את ההלל (2007)
- נעקסט פראיעקט x
- א פשוטער יוד (2008)
- נאנ-סטאפ (2009)
- מעומקא דליפא (2010)
- 24/6 (2011)
- לייבי לנצח
- מקור חכמה (סינגל)
- אמונה (2012)
- דאס פינטעלע איד (2013)
- בי פאזעטיוו (2015)
- געוואלדיג (2020)
- בבליפא (2022)
- רצועות (2022)
- יום טוב ליפא (2023)
- אלעזר ליפא'לע (2024)
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ איציק אוחנה, ליפא שמלצר מכר את בית הכנסת שלו: "יותר חסידי" , באתר כיכר השבת, 10 בפברואר 2020.
- ↑ Reuven Schmeltzer, Geni
- ↑ Ghert-Zand, Renee (22טן דעצעמבער 2016). "First Hasidic woman judge sworn in with Yiddish song". The Times of Israel. Retrieved 26טן דעצעמבער 2016
{{cite web}}: Check date values in:|accessdate=and|date=(help)